הויפט בלאט באריכט קורצע באזוך פון האד' מסקווירא אין בארא פארק: ניחום אבלים בבית ראחמיסטריווקא און באזוך ביים מיידל שולע דחסידי סקווירא

קורצע באזוך פון האד' מסקווירא אין בארא פארק: ניחום אבלים בבית ראחמיסטריווקא און באזוך ביים מיידל שולע דחסידי סקווירא

געשריבן דורך admin

מיטוואך פ' כי תבא • י"ז אלול תשפ"ה | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: אייזיק י., JDN


פאריגע וואך דאנערשטאג נאכמיטאג איז כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א אנגעקומען קיין בארא פארק, וואו די רבי האט מנחם אבל געוועהן די שוועסטער הרבנית הצדיקת מראחמיסטריווקא תליט"א און די קינדער האחים האדמורי"ם לבית ראחמיסטריווקא צו די פטירה פון זייער עלטסטער שוועסטער הרבנית הצדקנית מוויזניץ קאיימישע ע"ה.

נאכן מנחם אבל זיין איז די רבי שליט"א אריבער צום שטח הבניה פונעם בנין בית חינוך לבנות בנות ציפורה דחסידי סקווירא וואו עס ווערט אצינד פארענדיגט די בוי ארבעט אויף עטליכע נייע שטאקן להרחיב גבולי הקדושה. די רבי האט זיך אומגעקוקט ביי די בוי ארבעט און געהערט א באריכט פון די עסקנים. פון דארט איז דער רבי אהיימגעפארן לביתו נאווה קודש אין שיכון סקווירא.

Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image

שרייבט א קאמענט

-
00:00
00:00
Update Required Flash plugin
-
00:00
00:00