הויפט בלאט באריכט ככלות השבעה: האד' מקרעטשניף סיגעט וומסב"ג באזוכט אין קרית יואל לרגל א ברית לבן אחד מחסידיו

ככלות השבעה: האד' מקרעטשניף סיגעט וומסב"ג באזוכט אין קרית יואל לרגל א ברית לבן אחד מחסידיו

געשריבן דורך admin

דינסטאג פ' כי תבא • ט"ז אלול תשפ"ה | בחצרות הקודש‎


פארלאפענעם דינסטאג נאכמיטאג ככלות ימי השבעה להסתלקותו פון כ"ק אדמו"ר מקרעטשניף סיגעט זצ"ל איז בנו ממשיך דרכו כ"ק אדמו"ר מקרעטשניף סיגעט שליט"א פון וויליאמסבורג ארויסגעקומען אויף א באזוך קיין קרית יואל, וואו דער רבי האט געדינט אלס סנדק ביי א ברית ביי איינער פון די חסידים, ביי וועלכן מען האט געגעבן דעם ערשטן נאמען "זיידא אליעזר זאב" נאכן קרעטשניפער רבי'ן זצ"ל.

תיכף נאכן אויפשטיין פון די שבעה איז דער רבי שליט"א ארויסגעפארן קיין קרית יואל צום קרעטשניפער ביהמ"ד וואו עס איז פארגעקומען די שמחת הברית פונעם רך הנולד א זוהן פונעם גבאי הביהמ"ד האברך החשוב ר' מנחם יודא קליין הי"ו מחשובי חסידי קרעטשניף סיגעט אין קרית יואל.

דער רבי שליט"א איז געוועהן אנגעטוהן בבגדי שבת כמנהג אבותיו הק', און פארגעזאגט די פסוקים פון "זה הכסא" אויפן קרעטשניפער נוסח. דער רבי שליט"א איז דאן געוועהן סנדק און דערנאך געזאגט די ברכות וקריאת השם, א סקרוך איז דורך ביים ציבור הערנדיג דעם קול רגש פונעם רבי'ן ביים אויסרופן ויקרא שמו בישראל "זיידא אליעזר זאב".

נאכן ברית האט זיך דער רבי שליט"א געוואשן צום סעודת ברית אין ביהמ"ד ווען לידו איז געזעצן דער רב ביהמ"ד הרה"צ רבי דוד משה ראזנבוים שליט"א נכד כ"ק אדמו"ר מקרעטשניף שליט"א. 

בשעתן סעודה האט מען געזינגען ווארימע ניגונים און די קרעטשניפער נוסח ימים הנוראים דערמאנענדיג בהילו נרו עלי ראשינו פון די השתפכות הנפש'דיגע תפילות פונעם רבי'ן זצ"ל אין די הייליגע טעג.

אינצווישן האט דער רבי שליט"א משמיע געוועהן דברות קודש באגלייט מיט דברי חיזוק זיך צוזאמצוקלויבן און זיך מחזק זיין נאך דעם שווערן פארלוסט מיטן פריצייטיגער פטירה פונעם רבי'ן זצ"ל וואס איז אזוי פלוצים אוועקגעריסן געווארן ווי א בליץ אינמיטן העלן טאג. דער רבי שליט"א האט ארויסגעברענגט אונזער פליכט צו טוען פעולות לטובת נשמתו הטהורה בגנזי מרומים, א טבילה יעדן טאג און כאטש איין משנה אדער א קאפיטל תהילים לעילוי נשמתו.

דערנאך האט אויפגעטרעטן מיט א דרשה הרב יואל ארי' שטערן פון מאנסי רוח החיים ד'חצר הקודש קרעטשניף סיגעט וועלכע האט ארויסגעברענגט די השגחה פרטית אז עס איז אונטערגעקומען די ברית ככלות השבעה להסתלקותו פונעם רבי'ן זצ"ל, וואו דער בעל שמחה ר' מנחם יודא הי"ו וואס איז געוועהן אזוי מקושר לאותו צדיק האט געהאט די זכי' צו געבן דעם ערשטן נאמען נאכן רבי'ן ז"ל. דערביי האט ער מקבל מרות געוועהן און מכתיר געוועהן דעם רבי'ן שליט"א ווייטער ממשיך צו זיין די כתר ההנהגה להרמת קרן התורה והחסידות, די ציבור האט אויסגעשריגן מזל טוב און אויסגעבראכן אין פרייליכע ריקודין, מיט איבערגענומע הרגשים פון שמחה ונחמה מיטלעבנדיג ווי די גאלדענע קייט ווערט נמשך לשם ולתפארת.

צום שלוס האט מען געהערט דברי ברכה באגלייט מיט פאסיגע דברי זיכרון דורכן רב הביהמ"ד הרה"צ רבי דוד משה ראזנבוים שליט"א וועלכע האט בשם די חסידים ומתפללי ביהמ"ד און פארבעטן דעם רבי'ן ארויסצוקומען אויף שבתים און יומי דפגרא קיין קרית יואל, שלא יבוטל התמיד.

נאכן סעודה איז דער רבי שליט"א ארויף צום שטוב פון הרה"ח ר' ישראל שפיטצער הי"ו וואו דער רבי האט געדאווענט מנחה מעריב און אויפגענומען די חסידים מיט קוויטלעך, פאר לענגערע שעות נאכאנאנד, בין הנכנסים איז אריינגעקומען אויף א באזוך כ"ק אדמו"ר מטעמישוואר קרית יואל שליט"א מחשובי תלמידי הרה"ק מקרעטשניף זצ"ל וואו עס איז פארצויגן געווארן א שיינעם שמועס.

עס איז געוועהן שפעט באנאכט ווען דער רבי שליט"א האט פארלאזט קרית יואל אויפן וועג אהיים קיין וויליאמסבורג.

Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image

שרייבט א קאמענט

-
00:00
00:00
Update Required Flash plugin
-
00:00
00:00