דינסטאג פ' כי תבא • ט"ז אלול תשפ"ה | בחצרות הקודש
דעם דאנערשטאג י"א אלול אין די טאג פון די יארצייט פון הרבנית הצדקת מבאבוב ע"ה אשת חבר הרה"ק בעל דברי שלמה מבאבוב זצ"ל און אמא של מלכות פון יבלחט"א כ"ק אדמו"ר מבאבוב שליט"א, איז דער רב צוגעגאנגען צו אלע תפילות פארן עמוד און געזאגט די קדישים.
צופרי נאך שחרית האט דער רב מעריך געווען א שולחן לחיים און משמיע געווען אמרי קודש וואו ער האט דערמאנט לזכותה פון די מאמע וואס איז געשטאנען לימין בעלה הגדול די אלע יארן מיט מסירות נפש. דערנאך איז די גאנצע ציבור אדורך און דער רב האט פארטיילט א משניות סייעתא דשמיא מהדורת "נר פרידא" וואס דער רב האט מנדב געווען לעי"נ פון אמו הרבנית.
אין די פארמיטאג שעות איז דער רב שליט"א ארויסגעפארן צום באבוב'ער בית החיים אין ניו דזשערסי מתפלל צו זיין על קברה פון די מאמע די רעבעצען ע"ה. דער רב האט פארגעזאגט תהילים און פארגעלערנט משניות, און דערנאך אריין אינעם אוהל הקדוש און מתפלל געווען א תפילה קצרה ביים ציון קדשו פון אביו הגדול הרה"ק בעל דברי שלמה זצ"ל לקראת די הייליגע טעג.