הויפט בלאט באריכט האד' מסאטמאר איז מנחם אבל האד' מראחמיסטריווקא מאנסי על פטירת אחותו הרבנית מוויזניץ קייאמישע ע"ה

האד' מסאטמאר איז מנחם אבל האד' מראחמיסטריווקא מאנסי על פטירת אחותו הרבנית מוויזניץ קייאמישע ע"ה

געשריבן דורך admin

זונטאג פ' כי תבא • י"ד אלול תשפ"ה | בחצרות הקודש‎

בילדער קרעדיט: מערכת בצל הקודש


דעם ערב שבת איז כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א אנגעקומען קיין מאנסי, וואו דער רבי האט מנחם אבל געוועהן דער פלאמעניק כ"ק האדמו"ר מראחמיסטריווקא מאנסי שליט"א איידעם פון גיסו כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א נאך די פטירה פון זיין שוועסטער הרבנית הצדיקת מוויזניץ קייאמישע ע"ה, עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס איבער די צדיקים לבית ראחמיסטריווקא לדורותיהם, דער סאטאמרער רבי האט זיך אינטערסירט איבער די נייע ראחמיסטריווקא ישיבה קטנה "אהבת התורה" בנשיאותו פונעם רחמיסטריווקא רבי'ן פון מאנסי, און דער רבי האט אנגעוואונטשן ברכת תנחומין.

דערנאך האט דער רבי מנחם אבל געוועהן ביי עטליכע חסידים אין מאנסי צווישן זיי ביי הרה"ח ר' אליעזר פריעדמאן הי"ו וועלכע זיצט שבעה נאך די טראגישע פרטיה פון בנו הב' יוסף יהושע פריעדמאן ע"ה וואס איז געווארן עלעקטריזירט פאר צוויי וואכן צוריק אין א זומער קעמפ ווען ער איז זיך געגאנגען טובל'ן זיך צו מטהר זיין. דער רבי האט א לענגערע צייט מחזק געוועהן די אבלים מיט טרעפליכע דברי חיזוק אמונה ובטחון און דערנאך מנחם געוועהן מיטן נוסח המקובל.

Blog Image
Blog Image

שרייבט א קאמענט

-
00:00
00:00
Update Required Flash plugin
-
00:00
00:00