הויפט בלאט בילדער שפאנונג צום חתונה הגדולה בחצה"ק ביאלא בית שמש; גרויסארטיגער שבת של שמחה אין ירושלים דעם שב"ק כי תצא

שפאנונג צום חתונה הגדולה בחצה"ק ביאלא בית שמש; גרויסארטיגער שבת של שמחה אין ירושלים דעם שב"ק כי תצא

געשריבן דורך admin

מיטוואך פ' כי תצא • י' אלול תשפ"ה | בחצרות הקודש‎


תושבי עיר הקודש ירושלים און חסידי ואוהדי בית ביאלא בפרט זענען איינגעהילט אין התרגשות זיך גרייטנדיג צו דעם שבת קודש פרשת כי תצא ווען כ"ק אדמו"ר מביאלא בית שמש שליט"א וועט פראווענען א געהויבענע שבת בקרתא דשופריא, צום ערשטן מאל נאכן איבערנעמען די כתר האדמורו"ת מיט קרוב צו דרייסיג יאהר צוריק.

אין דער ביאלא הויף אין בית שמש גרייט מען זיך אין די טעג צום געהויבענעם חתונה בחצר הקודש ווען דער רבי שליט"א וועט אונטערפירן בננו החתן אונטער די חופה, מיט די כלה א טאכטער פון הגה"צ רבי אהרן וואזנער שליט"א זון פון כ"ק גאב"ד זכרון מאיר זצ"ל בעל מחשבת הלוי און איידעם ביי הגאון הגדול גאב"ד לאנדאן שליט"א וואס וועט פארקומען מארגן דאנערשטאג י"א אלול אין די מונדיאל זאל אין ירושלים בקול צהלה ורינה.

מחיל אל חיל וועט מען האבן די זכיה אז דער געהויבענער בעל שמחה דער ביאלא רבי שליט"א וועט זיין צוגאסט אין עיה"ק ירושלים כשהשמחה במעונו און פראווען די שבת של שמחה – שבת שבע ברכות במקום מגוריו פונעם אבי הכלה מיט די באטייליגונג פון א גרויסע ציבור חסידים פון אלע שטעט, און נאך פילע חסידים ואנשי מעשה תושבי ירושלים וואס וועלן קומען מיטהאלטן די לעכטיגע תפילות און טישן בלהבת אש אויפן ביאלא שטייגער, און זיך דערווארעמען באש קדושת השבת, ווי עס ליגט נאך טיף אין די זכרון די לעכטיגע שבתים וואס דעם רבינ'ס פאטער הרה"ק בעל להבת דוד מביאלא זי"ע פלע פראווענען בקרתא דשופריא מיט אן אויסטערלישע חיות והתלהבות, ומי יתננו כירחי קדם מיטצוהאלטן א לעכטיגער ביאלא שבת.

אויף שבת איז ארויסגעדינגען געווארן די גרויסע בנין פון ישיבת דעת תורה אויף רחוב שמעון חכם, ווי דער רבי שליט"א וועט אפרעכטן די תפילות און טישן ברוב עם, פרייטאג צונאכטס וועט דער רבי אריינקומען צום טיש בשעה 10:30, און בעת רעווא דרעוין בשעה 6:45 וועט זיין מנחה און דערנאך דעם שולחן הטהור שלש סעודות ברוב עם.

די עסקנים און סדרנים זענען שוין פולשטענדיג איינגעשפאנט אין די הכנות, צוצוגרייטן דעם שבת אויפן שענסטן פארנעם אין אראנזשירן אכסניות און אש"ל מלא, פאר די אורחים חשובים מקרוב ומרחוק.

Blog Image
Blog Image

שרייבט א קאמענט

-
00:00
00:00
Update Required Flash plugin
-
00:00
00:00