דאנערשטאג פ' ראה • ד' אלול תשפ"ה | בחצרות הקודש
דמות דיוקנו של אביו: האדמו"ר מקרעטשניף סיגעט וויליאמסבורג ביים פארזאגן "לדוד ה' אורי וישעי" אויפן נוסח המקובל לבית נדבורנא – קרעטשניף נאך תפילת מנחה בעת דער שבעה די וואך אין ביהמ"ד קרעטשניף סיגעט. (קרעדיט: יחיאל רייכמאן)
הגאון רבי בנציון אזרחי ראש ישיבת עטרת ישראל, בנו וממלא מקומו פון הגאון הגדול רבי ברוך מרדכי אזרחי זצ"ל ביים איבערגעבן דעם דרשת פתיחת הזמן בהיכל הישיבה.
כ"ק אדמו"ר מקרעטשניף סיגוט זצ"ל וואס איז פלוצים נסתלק געווארן ווערט געזען ביים שמחת השבע ברכות בחצר הקודש ווערדאן פון ירושלים געציילטע טעג בעפאר דער רבי איז אוועקגעפאלן.
האדמו"ר מסאדיגורא באגריסט זיך מיטן זיידן האדמו"ר מאסטראוו קאלאשין ביי א חתונה פון אן אייניקל די וואך אין בני ברק.
האדמו"ר מדושינסקיא אין א באגעגעניש מיט ר' אריה ערליך רעדאקטאר פון די "משפחה" מאגאזין, במקום הנופש אין פלארידא.
האדמו"ר מקאסוב באזוכט ביי המשפיע הגה"צ רבי אלימלך בידערמאן שליט"א מלעלוב אין זיין אכסניא אין ירושלים די וואך.
הרה"ח ר' שמואל טייטלבוים הי"ו משב"ק האדמו"ר מסאטמאר באטראכט די בוי ארבעט ביים ביהמ"ד הגדול סאטמאר אין וויליאמסבורג.
די שוואגערס הגה"צ רבי אהרן קאהן אבד"ק תולדות אהרן מאנסי און הגה"צ רבי דוד צבי קאהן אבד"ק תולדות אברהם יצחק בית שמש ווערן געזעהן ביים שבעה נאך די פטירה פונעם שווער כ"ק אדמו"ר מקרעטשניף סיגעט זצ"ל.
דער היכל הטישן בחצר הקודש פינסק קארלין ווערט צוגעגרייט צום גרויסן שבת הכתרה די וואך שב"ק פ' שופטים פון האחים האדמור"ים מקרעטשניף סיגעט.
ברכת כהן: האדמו"ר מפינסק קארלין ביים בענטשן האדמו"ר מקרעטשניף י-ם נאכן מנחם אבל זיין דעם רבי'ן.
האדמו"ר מסאטמאר פארברענגט מיט די טייערע קינדערלעך פון משפחת העלבראנץ – יוצאי לב טהור, ואתם עמם זייער פעטער הרב יואל העניך העלבראנץ שליט"א מנהיג קהילת כנישתא חדא.
ביים גרויסארטיגן שבת הילולא בחצר הקודש ראחמיסטריווקא אין בארא פארק, איז ביים טיש פרייטאג צונאכטס אין שפיץ פון די ברודער האדמור"ים, פארגעקומען דריי זכרים פון אייניקלעך ביים בעל ההילולא הרה"ק מראחמיסטריווקא זצוק"ל.
האדמו"ר מזאבליטוב און הגה"צ רבי יואל הלברשטאם אבד"ק בית שמואל אין קרית יואל, בקודש פנימה ביי האדמו"ר מסאטמאר נאכן מסיבת לחיים לרגל דאס אפקויפן א שטח פאר ביהמ"ד החדש סאטמאר אין שכונת שאגת ארי' אין קרית יואל המורחבת.
דראון בילד פונעם ביהמ"ד הגדול פשעווארסק אין אנטווערפען ווי די בוי ארבעט זעצט פאר אין פולסטן טעמפא שטייענדיג שוין נענטער ווי ווייטער צו די ימי הרחמים והרצון ווען מען גרייט זיך צו באנייען דעם ביהמ"ד החדש.
הנגיד ר' יואל לאנדא הי"ו ביים שלום נעמען פון האדמו"ר מסאטמאר ביים שמחת הבר מצוה לבן הרבני הנגיד ר' ליפא פיערדמאן הי"ו אין קרית יואל, נאכן זיך צוריקקערן פון זיין באזוך אין ארץ ישראל, וואו דער רבי שליט"א האט שטארק ארויסגעהויבן די דרשה וואס ר' יואל הי"ו האט געהאלטן ביים מעמד קביעת מזוזות פארן נייעם סאטמארע מיידל שולע אין ירושלים אינאיינעם מיטן מעמד החלוקה דורכן רבינס קאסע שקל הטהור.
האדמו"ר מקאשוי אין א שמועס מיט הרבני הנגיד ר' משה יעקב יוסף בראך הי"ו ביים ציון הק' אין קרית יואל.
דער שריפטשטעלער און חסידי'שע רייזנדער ר' שלמה זייאנץ הי"ו ערהאלט ברכת קדשו פון האדמו"ר מבעלזא, בעת זיין נסיעה די וואך קיין ארץ ישראל.
העסקן ר' אפרים לעבאוויטש הי"ו מראשי ארגון רופא חולים אין ירושלים אין א שמועס מיט שלוחי דרבנן הרב מאיר פרוש הי"ו ביים הכנסת ספר תורה די וואך צום ביהמ"ד תורת מרדכי וויזניץ אין ירושלים.
ר' שמואל אייכל הי"ו משמש בקודש ביי האדמו"ר מקרעטשניף סיגעט זצ"ל די לעצטע 10 יאהר ביים רייסן קריעה כדין תלמיד לפני רבו.
דער מגיד מישרים הרה"ג ר' אברהם מרדכי מלאך שליט"א באדאנקט זיך פאר האדמו"ר מניקלשבורג נאכן אריינכאפן א תפילה אין כלל ישראל'ס שוהן אין וואודבארן.
המקובל הגה"צ רבי אביש ציינווירטה שליט"א ווערט געזעהן ביי תפילת שחרית ראש חודש אלול ביים כותל המערבי.
אין ביהמ"ד הגדול קרעטשניף אין ירושלים האט "קרישקעס" די וואך באמערקט אויפן לוח מודעות די קריאה מטעם בית דין צדק העדה החרדית וואס רופט דעם ציבור צו מתפלל זיין לרפואתו השלימה פונעם רבינס ברודער האדמו"ר מקרעטשניף סיגעט.
עורו ישנים: האדמו"ר מסאדיגורא ירושלים ביי תקיעת שופר דעם ראש חודש אלול.
שיין בילד פון האדמו"ר מסערט וויזניץ ביים שמחת הבר מצוה די וואך פון אן אייניקל, אויפן שויס פון רבי'ן ווערט געזעהן נכדו היניק זוהן פון זיין איידעם האדמו"ר מקאסוב.
האדמו"ר מסטוטשין ווערט געזעהן ביי תפילת מעריב אין קעמפ שמחה, אין ווינקל פון ביהמ"ד מיט זיין אייגנארטיגע ענוות חן.
האדמו"ר מסטריקוב שמועסט מיט העסקן הרב ישראל אייכלער הי"ו ביים סעודת מצוה לכבוד די הכנסת ספר תורה אריינגעגעבן דורך הרב מאיר פרוש הי"ו צום וויזניצער ביהמ"ד אין ירושלים.
די הארציגע מכתב תנחומים וואס האדמו"ר מניקלשבורג האט אפגעשריבן צו די קינדער פון ידיד נפשו האדמו"ר מקרעטשניף סיגעט זצ"ל.
אבל יחיד: דער פאטאגראפירער ר' משה אהרן נוימאן הי"ו תלמיד חביב פונעם קרעטשניפער רבי'ן זצ"ל באוויינט דעם גרויסן אבידה ביים לוויה דעם דינסטאג.
הרב שלמה באכנער מנהל ומייסד ארגון בוני עולם ביים שלום נעמען פון רבו האדמו"ר מבאבוב נאכן דאווענען דעם ראש חדש אלול אין ווייטלעיק.
האדמו"ר מניקלשבורג באגריסט הגאון רבי פנחס פרידמאן ראש הכוללים ד'בעלזא, נאכן דאווענען דעם זונטאג ראש חודש אלול אין כלל ישראל'ס שוהל אין וואודבארן.
"תלמידים מספרים" פאנעל פאר די טויזנטער בחורי סאטמאר איידערן שולחן הטהור וסעודת הילולא בראשות האדמו"ר מסאטמאר אין קרית יואל, ווערן געזעהן: אב ובנו הרה"ח הישיש ר' אלתר יחזקאל גליק הי"ו ובנו הרה"ח ר' שלמה גליק הי"ו וועלכע האבן געהאלטן די בחורים געשפאנט מיט אינטערסאנטע זכרונות פונעם בעל ההילולא, דער שואל איז הרה"ח ר' חיים אהרן פלאהר הי"ו משב"ק האדמו"ר מסאטמאר.
ביים חתונה די וואך בשמחת בית ספינקא רמת אהרן מערקט "קרישקעס" די נייע מלכות'דיגע חופה, א מייסטערווערק דעקארירט דורך "תפארת".
העסקן הרב מרדכי בבציק הי"ו מנאמני בית האדמו"ר מגור ביים אפגעבן מזל טוב ביי די בר מצוה די וואך בחצה"ק סערט וויזניץ.
העסקן ר' שמעון מאיר פריעד הי"ו מראשי העסקנים בחצה"ק קרעטשניף ירושלים ביים אויפגראבן דעם חלקה פון כ"ק אדמו"ר מקרעטשניף סיגעט זצ"ל אינעם קרעטשניפער אהל אויפן הר הזיתים.
ביים תפילת יום כיפור קטן ערב ראש חודש אלול אין די סאטמארער "איחוד קאנטרי" ווערט געזעהן הגה"צ רבי זלמן לייב פילאפף אבד"ק מכלל יופי וחבר ביד"ץ דקהל יטב לב, אלס שליח ציבור דינט הרה"ח ר' נפתלי הירצקא שטיין הי"ו משב"ק האדמו"ר מסאטמאר.
הרב משה פריעדמאן משב"ק אדמור"י בית סאטמאר ביים אנצינדן די נירות ביים סעודת הילולא רבתי פון הרה"ק מסאטמאר זי"ע אין קרית יואל, די זכות הדלקת הנרות איז אפגעקויפט געווארן דורך בנו הרבני הנגיד ר' ליפא פריעדמאן הי"ו.
הרב ירמיהו דאמען בעל תפילה קבוע בחצה"ק בעלזא מערקט "קרישקעס" ביים ציון הק' אין ליסקא דינענדיג אלס שליח ציבור.
האדמו"ר מסקווירא בארא פארק באזוכט ביי גאב"ד וואודריטש וויילנדיג צווישן די קאנטרי בערג.
די מודעה מטעם בית דין צדק העדה החרדית וואס רופט דעם ציבור צו מתפלל זיין לרפואתו השלימה פון האדמו"ר מקרעטשניף סיגעט ביים סטענדער פון האדמו"ר מסאטמאר אויף מזרח וואנט אין ביהמ"ד הגדול אין קרית יואל.
אין לכיט פון די רענטנאוואציעס אין ביהמ"ד הגדול סאטמאר אין וויליאמסבורג ווערט באמערקט הרה"ח ר' מענדל מאיר יאקבאוואוויטש הי"ו האקט אויס דאס פלאץ וואו עס האט געדאווענט הרבנית הצדקנית מסאטמאר ע"ה מחברתו הטהורה פון הרה"ק מסאטמאר זי"ע, עס צו פרעזערווירן און פאראייביגן.
האדמו"ר מוויזניץ בית שמש ביים אויפנעמען די חסידים לקראת די ימי הרחמים והרצון.
פוסק הדור הגר"מ שטערנבוך ביים פתיחת הזמן בהיכל ישיבתו אין בית שמש, אין א שמועס מיט די צוות הישיבה ובראשם נכדו ויד ימינו הרב פנחס שטערנבוך וועלכע דינט אלס מגיד שיעור אין די ישיבה.
האדמו"ר מסאדיגורא אין א ליבליכע שמועס מיטן שווער הגה"צ רבי אשר חיים שטערנבוך אבד"ק אהל יעקב אנטווערפען ביי א משפחה שמחה די וואך.
הגאון רבי שלום בער סורוצקין ראש ישיבת עטרת שלמה באזוכט ביים ראש הישיבה הגאון רבי דוב לאנדא לברך ולהתברך צום נייעם יאהר.
שר עסקני בית סאטמאר בארה״ק הרה״ח ר׳ יצחק ווייס הי״ו ביים מסדר זיין די חלוקה קאנווערטן וואס הרה"ח הישיש ר' חיים יחזקאל שטיין שליט"א האט פארטיילט ביומא דהילולא קדישא פון הרה"ק מסאטמאר זי"ע פאר אלע כלי קודש פון מוסדות יטב לב.
הגה"צ אבד"ק סאטמאר ירושלים שליט"א ביים באטראכטן א זילבערנע "קדשינו מזוזה" אין א שטוב אין שיכון סקווירא, וואס די אנגעשלאסענע אינעם חבורת 'קדשינו' נגד פגעי טעכנעלאגיע האבן ערהאלטן במתנה פון האדמו"ר מסקווירא.
קורצן איבערבליק פונעם היסטארישן "כינוס לצדיקים" פארגאנגענעם חודש אב וואס האט צונויפגעברענגט צענדליגער אדמור"ים אונטער איין דאך, מטכס עצה צו זיין לאור המצב בארצינו הקדושה.
שיין בילד פונעם פוסק הדור הגאון האדיר רבי משה שטערנבוך שליט"א ביי א שיעור מיט זיינע אייניקלעך אין די ימי בין הזמנים.
האדמו"ר מספינקא רמת אהרן איידערן ארויסגיין צו די חופה פון בנו החתן די וואך, ביים אנטוהן א מלבוש פון זקינו כ"ק אדמו"ר רבי יעקב יוסף מספינקא זצוק"ל פאר חתן.
האדמו"ר מפיטסבורג ווערט געזעהן פארלאזן דעם "חסידים סענטער" אין ירושלים נאכן מעמד קביעת מזוזות אין די נייע "שיינער'ס שטריימלעך" לאקאל.
האדמור"ים מקרעטשניף י-ם און מעזיבוזש בסוד שיח ביים שבעה די וואך על פטירת האדמו"ר מקרעטשניף סיגעט זצ"ל.
הרבנים הגאוה"צ בני האדמו"ר מוויזניץ ירושלים ביים סעודת הכנסת ספר תורה צום ביהמ"ד תורת מרדכי וויזניץ אין ירושלים נדבת הרב מאיר פרוש הי"ו.