דאנערשטאג פ' ראה • ד' אלול תשפ"ה | בחצרות הקודש
בילדער קרעדיט: אנשיל בעק וא.מ.ש.
טויזנטער תלמידי הישיבות הקדושות דחסידי בעלזא איבער גאנץ ארץ ישראל הקטנות עם הגדולות האבן זיך דעם ראש חודש אלול צוזאמגענומען בחצר הקודש אין קרית בעלזא ירושלים האבנדיג די זכיה מיטצודאווענען א געהויבענעם ראש חודש'דיגע תפילת שחרית בצילא דמהימנותא, נאכפאלגנדיג מיטן ערשטמאליגן דרשת פתיחת הזמן איבערגעגעבן דורך ברא כרעיה דאבוה הרה"צ רבי אהרן מרדכי שליט"א.
די בחורים האבן איבערגעפילט דעם גרויסן היכל און אלע גאלעריען ווי מען האט געהאט די זכיה מיטצודאווענען מיטן רב שליט"א און הערן קולו בקודש ביי הלל, נאך מוסף האט דער רב שליט"א געבלאזן שופר, און אלע בחורים זענען דורך וואונטשן א גוטן חודש, דערנאך איז געווען צוגעשטעלט פת שחרית בהרחבה פאר אלע בחורים.
נאך א קורצע הספקה האט מען געדאווענט מנחה און באלד דערויף איז הרה"צ רבי אהרן מרדכי שליט"א ארויף אויפן ארון קודש און נאכן זינגען א ניגון הכנה האט ער משמיע געווען דעם דרשת פתיחת הזמן ארומרעדנדיג דברי חיזוק צום נייעם זמן בפרט פאר די בחורים פון אויסלאנד וואס זענען אנגעקומען לערנען אין די היימישע ישיבות, און בכללית אלע בחורים וואס זענען אריין לערנען אין א נייע ישיבה, און מרחיב געווען מיט דברי הדרכה ריכטיג אויסצונוצן דעם חודש אלול כהכנה צום ירח האיתנים, און בפרט לייגן א דגש אויף תפילה, הרה"צ רבי אהרן מרדכי שליט"א האט מסיים געווען מיט לענגערע ברכות פאר אלע פארזאמלטע בחורי חמד.