דאנערשטאג פ' ראה • ד' אלול תשפ"ה | בחצרות הקודש
בילדער קרעדיט: אלימלך גרסטל, JDN
דעם אנהייב וואך האט כ"ק אדמו"ר מצאנז שליט"א אנגעהויבן אויפנעמען דעם ציבור חסידים לקראת די הייליגע טעג, כמנהגו ארומצופארן צווישן די שטעט אין ארץ ישראל בפרוס ימי הרחמים והרצון. היי יאהר האט דער רבי אנגעהויבן דעם סדר קבלת קהל אין עיר הקודש צפת, זונטאג אויפדערנאכט איז דער רבי אנגעקומען צום אלטן צאנזער ביהמ"ד וואו עס זענען צום ערשט אריין די ראשי ועסקני הקהילה פון צפת וועלכע האבן איבערגעגעבן א דעטאלירטע באריכט איבער די הרחבת גבולי הקדושה אינערהאלב די קהילה אין שטאט.
דערנאך האט דער רבי אויפגענומען דעם ציבור בפתקי דרחמי א לענגערע וויילע. בין הכנסים איז אריין דער מעיאר פון שטאט צפת הרב יוסף קאקון און שלוחי דרבנן ר' נחמן געלבאך הי"ו מקבל צו זיין ברכת קדשו פון רבי'ן צום נייעם יאהר. נאך קבלת קהל האט דער רבי געדאווענט מעריב ברוב עם מיט די חסידים תושבי העיר.