כ"ק אדמו"ר מאמשינאוו שליט"א פון אמעריקא וואס איז אנגעקומען קיין ארה"ק אויף א קורצע באזוך לכבוד די ברית פון אן אייניקל, האט הארט איידערן פארלאזן ארץ ישראל אפגעשטאט א באזוך ביי שאר בשרו כ"ק אדמו"ר מאמשינוב שליט"א במעון קדשו אין די בית וגן געגענט. די אמשינובער רבי האט געוואונטשן מזל טוב לכבוד די שמחה און מען האט ארומגעשמועסט מעניני ירח האיתנים, צום שלוס האבן זיך די אדמור"ים געזעגענט לחיים ולשלום און זיך געוואונטשן א גוט געבענטשט יאהר.