זונטאג פ' ראה • ל' אב תשפ"ה | בחצרות הקודש
דעם ליל שישי האט כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א באשיינט די שמחת הבר מצוה פון א זוהן פונעם נגיד ושוע הרבני הנכבד ר' ליפא פריעדמאן הי"ו, מגדולי התומכים לכל קדשי בית סאטמאר, זון פונעם לעגענדארן משב"ק ביי אדמור"י בית סאטמאר הרב משה פריעדמאן הי"ו וואס איז פארגעקומען אין די נייע פראכטפולע זאל עטרת מלכה אינעם בנין בית רחל החדש אין קרית יואל.
דער רבי שליט"א האט מיטגעהאלטן די שמחה א וויילע און זיך צוגעהערט צו די דרשה פונעם בעל שמחה ר' ליפא הי"ו. דערנאך האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אין א ריקוד של שמחה מיטן בר מצוה בחור, מיט זיין פאטער הנגיד ר' ליפא און באזונדער מיטן זיידן דער גבאי הרב משה פריעדמאן הי"ו. בשעת די שמחה האט שלום גענומען פונעם רבי'ן הטפסר המרומם הנגיד ר' יואל לאנדא הי"ו וועלכע האט זיך נארוואס צוריק געקערט פון זיין באזוך אין ארץ ישראל, וואו דער רבי שליט"א האט שטארק ארויסגעהויבן די דרשה וואס ר' יואל הי"ו האט געהאלטן ביים מעמד קביעת מזוזות פארן נייעם סאטמארע מיידל שולע אין ירושלים אינאיינעם מיטן מעמד החלוקה דורכן רבינס קאסע שקל הטהור, ארויסברענדענדיג די ווייטע אפקלאנג וואס די דרשה האט געהאט מסוף העולם ועד סופו, זייענדיג גורם א קידוש שם שמים און א נייחא לנשמתה פארן בעל ההילולא הרה"ק מסאטמאר זי"ע.