הויפט בלאט באריכט געהויבענע שמחת הכנסת ספר תורה פאר ספעציעלער ספר תורה געשאנקען פאר האד' משומרי אמונים

געהויבענע שמחת הכנסת ספר תורה פאר ספעציעלער ספר תורה געשאנקען פאר האד' משומרי אמונים

געשריבן דורך admin

דאנערשטאג פ' ראה • כ"ז אב תשפ"ה | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: דודי סגל


בשמחה והתרגשות עילאה האבן חסידי שומרי אמונים געפייערט די שמחת הכנסת ספר תורה דעם פארגאנגענעם "שבת נחמו", אויף דער ספר תורה וואס איז געשריבן געווארן אויף גאר א קליינע פארמאט פון 24 ס"מ גרויסקייט, און איז געשאנקען געווארן פאר כ"ק אדמו"ר משומרי אמונים שליט"א דורך איינס פון די גרויסע נגידים לבית שומרי אמונים פון חוץ לארץ, לזכות זיווג הגון פאר זיין זוהן וועלכע ווארט אויף א פאסיגע שידוך.

דאנערשטאג אויפדערנאכט איז פארגעקומען דער מעמד "סיום כתיבת האותיות" אין ביהמ"ד הגדול שומרי אמונים אין בני ברק, ווען דער גאנצער ציבור האט געהאט די זכי' אריינצושרייבן א אות אינעם ספר תורה, אזוי אויך דער נדבן הספר תורה און זיין חשוב'ע זוהן דער בחור אויף וועלכע דער ספר תורה ווערט געשריבן לזכותו האבן אנטייל גענומען ביים מעמד און אריינגעשריבן א אות אינעם ספר תורה.

דער מעמד "הכנסת ספר תורה" איז פארגעקומען "שבת נחמו" ביום חמשה עשר באב, וועלכע דער טאג איז מסוגל פאר שידוכים, ווען א גרויסן ציבור חסידים ואנשי מעשה זענען געקומען צו פארן צום געהויבענעם שבתא דריגלא בצל הקודש פונעם רבי'ן שליט"א, און זיך מיטפרייען מיט די געהויבענע שמחת התורה.

שבת אינדערפרי נאך תפלת שחרית איז ארויס דער תהלוכה מחדרו הפרטי פונעם רבי'ן שליט"א, און עס איז געפירט געווארן דורך די טרעפ אונטערן ביהמ"ד, דער ספר תורה איז ארויסגעפירט געווארן דורכן רבי'ן אינאיינעם מיטן נדבן הספר און בנו הבחור נ"י און עס איז אריינגעפירט געווארן אין ביהמ"ד מיט גרויס שמחה והתרגשות, וינועו אמות הסיפים ווען דער גאנצער ציבור זקנים עם נערים האבן אפגעווארט דעם ספר תורה ברחובה של עיר מיט ריקודין של שמחה, און די ריקודין האבן ווייטער אנגעהאלטן פאר העכער א האלבע שעה אין היכל הבית המדרש, בעת ווען דער רבי שליט"א רעכט אפ די פייערליכע ריקודין.

און א באזונדערע שריט האט דער רבי שליט"א מכבד געווען די בחורי חמד וועלכע האבן זיך משתתף געווען אין די לעצטערע פאר וואכן אין די סדר הלימוד שבת אינדערפרי פארן דאווענען, אז זיי זאלן קענען טאנצן מיט די ספר תורה. אזוי אויך איז דער רבי שליט"א אינאיינעם מיטן נדיב ארויף אויף די פארענטשעס פון די בחורים און ילדי תשב"ר און אפגעראכטן די ריקודין טפחיים למעלה אויף די פארענטשעס.

ביים אריינפירן דעם נייעם ספר תורה אינעם ארון הקדוש, האט דער רבי שליט"א פארגעזאגט די מזמור 'לדוד מזמור' פסוק בפסוק בהתעוררות רב.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען א גרויסארטיגע קידושא רבא לכל הקהל הקודש לרגל דעם חינוך ספר תורה, ווי דער נדיב האט אויפגעטרעטן מיט הארציגע דיבורים אז ער האט די זכי' תורם צו זיין דעם הייליגן ספר תורה אלס א מנחת ביכורים פארן רבי'ן שליט"א. דערנאך האט דער רבי שליט"א אפגעראכטן די סעודת עתיקא קדישא אויף א פריוואטע פארנעם אינאיינעם מיטן נדיב ומשפחתו החשובה.

מוצאי שבת קודש נאך תפלת מעריב, האט דער רבי שליט"א געזאגט, אז כדי צו מאכן א 'כלי' לקבל השפע פון אזא געהויבענע שבת קודש, זאל יעצט א יעדער איינער לערנען א האלבע שעה ברציפות, דערנאך איז דער עולם אריבער ביים רבי'ן זיך וואונטשן א גוטע וואך.

Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image

שרייבט א קאמענט

-
00:00
00:00
Update Required Flash plugin
-
00:00
00:00