דינסטאג פ' ראה • כ"ה אב תשפ"ה | בחצרות הקודש
בילדער קרעדיט: י. שטיין
פארלפאנעם מיטוואך האט כ"ק האדמו"ר מסאטמאר שליט"א אפגעשטאט די יערליכע באזוך אין די קעמפ'ס וואו עס האלטן זיך אויף די תלמידי המוסדות אויף די ימי הקיץ, די באזוכן אין די קעמפ'ס האט ווי שטענדיג איבערגעלאזט א געוואלדיגן רושם אויף די תלמידים אין תלמידות און בפרט די דברות קודש ודברי הדרכה וואס די רבי האט פאר זיי משמיע געוועהן.
צופרי האט זיך דער רבי ארויס געלאזט אויפן וועג צום מחנה רב טוב – בחורים קעמפ אין סוואן לעיק, ווי די רבי האט געדאווענט שחרית אינאיינעם מיט די תלמידי כתה מכינה לישיבה פון וויליאמסבורג און בארא פארק, ביים אנקומען אינעם קעמפ האט זיך דער רבי באגריסט מיט הרה"ח ר' יקותיאל דוד אהרן ווייס הי"ו – מנהל המחנות וועלכע האט איבערגעגעבן א באריכט פון די הרחבת גבולי הקדושה סיי אין די בחורים קעמפ און סיי אין די אינגל קעמפ.
נאך שחרית איז דער רבי אריבער צום דערנעבנדיגן לידזשער לעיק קאנטרי צום שטוב פון הרה"ח ר' אהרן וויינבערגער הי"ו אויף פת שחרית.
שפעטער איז דער רבי צוריק אין ביהמ"ד אינעם קעמפ ווי דער רבי האט זיך אומגעקוקט אויף די לימודים צום ערשט אינעם ביהמ"ד פון תלמידי המוסדות פון וויליאמסבורג ווי דער רבי האט ארומשפאצירט צווישן די טישן און זיך מפלפל געווען אין די לימודים מיט די בחורים פאר א לענגערע צייט. דערנאך איז דער רבי אראפ אינעם ביהמ"ד פון די תלמידי המוסדות פון בארא פארק, ווי דער רבי האט זיך אומגעקוקט אויף די לימודים און זיך אויך מפלפל געווען מיט די בחורים.
דערנאך איז פארגעקומען די מסיבת לחיים מיט די בחורים אין ביהמ"ד, מען האט געזינגען חרוזים, און דער רבי האט געטריקנען לחיים און אנגעוואונטשן די בחורים, דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דברות קודש, ובפרט איבער אויפשטיין פארטאגס לערנען וואס איז א בחינה פון מסירת נפש, און אזוי אויך שטארק מעורר געווען די בחורים נזהר צו זיין נישט צו רעדן קיין שיחת חולין מיט די תפילין, דערביי האט דער רבי מעורר געווען די בחורים אדורכצולערנען די פירוש המילות פון די לשם יחוד להנחת תפילין און פון אהבה רבה און צוגעענדיגט מיט ברכת קודש פאר די מרביצי תורה און פאר אלע בחורים.
פון דארט איז דער רבי אריבער צום מחנה רב טוב – מחנה נתן צבי אין מאנטיסעלא, דער רבי איז ארומגעגאנגען צו די בתי מדרשים פון עטליכע נסיפים און פאר קרוב צו א שעה ארומשפאצירט צווישן די קינדער זיך אומקוקנדיג ווי אזוי זיי לערנען, און זיך מפלפל געווען מיט די קינדער אין די לימודים.
דערנאך איז פארגעקומען די מסיבת לחיים אינאיינעם מיט אלע קינדער ווי די קינדער האבן פארגעזונגען ווארימע חרוזים לכבוד המאורע, דערנאך האט דער רבי אנגעוואונטשן פאר אלע קינדער און מלמדים, און משמיע געווען דברות קודש ודברי מוסר. דערנאך האט דער רבי פארטיילט שיריים פאר די מלמדים צו פארטיילן פאר אלע קינדער.
בעת'ן וויילן אין קעמפ האט דער רבי באגריסט די אייניקלעך תלמידי המחנה און זיי געגעבן טאשן געלט כמנהג אביו הרה"ק בעל ברך משה מסאטמאר זי"ע. די רבי האט פארלאזט די קעמפ און איז אדורכגעפארן צווישן די קינדער בשעת די קינדער שטייען אויסגעשורה'ט אויף די צוויי זייטן פונעם קעמפ.