מאנטאג פ' ראה • כ"ד אב תשפ"ה | בחצרות הקודש
א שיינער מעמד ההתמנות איז אפגעהאלטן געווארן פאר די פינף פריש אויפגענומענע מורי הוראה אינערהאלב די "העדה החרדית", וועלכע זענען אויפגענומען געווארן במעון קדשו פונעם פוסק הדור הגאון האדיר רבי משה שטערנבוך שליט"א בעל תשובות והנהגות צו דינען אלס מורי צדק, להורות את דבר ה' זו הלכה פאר די בני העדה החרדית.
די דאזיגע פרישע מורי הוראה שליט"א ה"ה הרבנים החשובים: הרה"ג רבי שמואל זלמן שפיץ שליט"א חתנו הגדול פון כ"ק אדמו"ר מדושינסקיא שליט"א, און דער זון פון הגאון המפורסם רבי יהושע חיים ארי' שפיץ שליט"א ראש ישיבת ווילרייק אין אנטווערפן, און אן אייניקל פון הגאון הגדול רבי חיים יוסף דוד ווייס שליט"א דומ"ץ סאטמאר אנטווערפן בעל ויען דוד.
גלייכצייטיג איז אויפגענומען געווארן אלס מורה הוראה הגה"צ רבי יעקב שלמה כהנא שליט"א אדמו"ר מזידיטשוב ספינקא, וואס התמנות אלס מו"צ אין די העדה החרדית טראגט א ספּעציעלן באדייט זייענדיג אן אייניקל פון כ"ק אדמו"ר מטשאקאווא זצ"ל בעל דברי נפתלי וואס איז געווען מפארי הרבנים אינעם בית דין הגדול שבירושלים, און האט צענדליגער יארן געדינט אלס יושב ראש ועד הכשרות פון די העדה החרדית.
די אנדערע דריי מורי הוראה זענען אלע בנן של גאוני ירושלים, הרה"ג רבי משה בראנדסדארפער שליט"א בן הגאון רבי יוסף קדיש בראנדסדארפער שליט"א רב דקהל חסידים אין שטאט טבריה, אייניקל פונעם שר התורה ועמוד ההוראה הגאון האדיר רבי מאיר בראנדסדארפער זצ"ל בעל קנה בושם זצ"ל חבר ביה דינא רבה אין ירושלים.
הרה"ג רבי יושע יאראוויטש שליט"א זון פון הגאון הצדיק רבי אברהם יאראוויטש זצ"ל אבד"ק וויטעפסק ומגדולי מורי הוראה אין די העדה החרדית, און הרה"ג רבי שמעון נתן נטע האלברשטאם שליט"א בן הגה"צ רבי יעקב דוד האלברשטאם שליט"א מו"צ העדה החרדית ורב דביהמ"ד טשאקאווא און איידעם ביי כ"ק אדמו"ר מקאסאן בית שמש שליט"א, און אן אייניקל פון דעם עמוד הוראה הגה"צ רבי משה האלברשטאם זצ"ל חבר ביה דינא רבה אין ירושלים ובעל דברי משה.
כי לם נאה כי לם יאה אז זייערע קינדער און אייניקלעך ווערן אויפגענומען אלס דיין ומורה צדק אינעם בית דין העדה החרדית.
ווי געזאגט, זענען די וואך די פרישע מורי הוראה אנגעקומען אין באגלייטונג פון די חברי הנהלת העדה החרדית צום מעון הקודש פונעם פוסק הדור שליט"א, וועלכער האט זיי אויפגענומען במאור פניו הקדושות און מ'האט געטרינקען "לחיים" לכבוד דעם התמנות.
דער גאון שליט"א האָט ביים מעמד משמיע געוועהן קורצע דברות קודש, זאגנדיג אז די פרישע מורי הוראה קומען צו מוסיף זיין אויף די חשוב'ע כוחות וואס זענען שוין דא אין בית דין, היות דער ציבור וואקסט און עס פעלט זיך אויס נאך כח בהוראה. ער האט זיי מחזק געווען זיך אפצוגעבן מיט יונגעלייט, צו לערנען און מדריך צו זיין אויף דעם ריכטיגן וועג.
דאן האט דער רב שליט"א פארגעלייגט פאר די פרישע מורי הוראה שליט"א פארשידענע עצות און הדרכות, און געוואונטשן די נייע מורי הוראה גרויס הצלחה מיט סייעתא דשמיא, שלא יצא מכשול מתחת ידיהם, און זיי זאלן זוכה זיין צו ברענגען כבוד פאר די העדה החרדית.