אין די יעצטיגער טעג וויילט כ"ק אדמו"ר מדאראג שליט"א אויף אפרוה אין עיה"ק ירושלים, במעון קדשו אין שכונת רמות. צו די תפילות מידי יום ביומו ווערן אריינגעלאזט א מנין מצומצם חסידים לויט א באשטימטן סדר, די וואך שבת האט די רבי שליט"א אפגעראכטן מיט די נאנטע מקורבים און די בני המשפחה.
מוצאי שבת נאך הבדלה איז פארגעקומען אין די אכסניא פון רבי'ן די שמחת החאלאקע פון אן איר אייניקל ביים רבי'ן שליט"א, וואו דער רבי האט אפגעשוירן דאס קינד און מעריך געוועהן א שולחן לחיים לכבוד די שמחה, שפעטער איז די רבי אריינגעפארן צו די גני גאולה געגענט און אפגעראכטן מלווה מלכה אין שטוב פון מקורבו הנגיד רבי חיים ניימאן הי"ו, אינאיינעם מיט די חסידים תושבי ירושלים והגלילות.