מאנטאג פ' ראה • כ"ד אב תשפ"ה | בחצרות הקודש
אין א זעלטענע און היסטארישע פאל האט זיך כ"ק אדמו"ר מבאבוב שליט"א דעם מוצאי שבת געוואשן צו א סעודת מלוה מלכה אינאיינעם מיט א גרעסערע חבורה עלטערע בחורים פון די קהילה.
די חבורה וואס באשטייט פון ארום 50 בחורים תלמידי מתיבתא עץ חיים ד'באבוב פון שיעור ד' ולמעלה, זענען איינגעלאדענט געווארן אויפן פערזענליכע בקשה פונעם רועה נאמן כ"ק אדמו"ר מבאבוב שליט"א וואס טראגט ספעציעל על לוח לבו די עלטערע בחורים מיטן ציל זיי צו מחזק און מעודד זיין.
דאס קומט נאך וואס דער רב שליט"א האט ערהאלטן גאר גוטע גריסן פון די בחורים במשך די פארגאנגענע זומער וואכן פון גיסו הגה"צ ראש ישיבת באבוב שליט"א און אויסגעדרוקט רצון קדשו ארויסצוווייזן זיין שעצנג פאר די בחורים און אינאיינעם פראווען א מסיבה מיט זיי בשבת אחים אויף א פריוואטע פארנעם.
די מלוה מלכה איז פארגעקומען במעון הנופש אין ווייטלעיק כשהמלך בשדה ווי דער רב שליט"א האלט זיך אויף אין די זומער וואכן אויף מנוחת הנפש, די רב שליט"א האט זיך געוואשן צום מלוה מלכה מיט די בחורים און פארברענגט פאר קרוב צו דריי שעה מלא תענוג רוחני.
דער רב שליט"א האט פארציילט סיפורי צדיקים און דערנאך מכבד געווען גיסו דער ראש הישיבה צו דערציילן. דערנאך האט דער רב שליט"א אויפגעטרעטן מיט א לענגערע ווארימע שמועס און שטארק מחזק געוען די בחורים זיך צו מחזק זיין און מיטהאלטן די סדרי הלימודים אין ישיבה און אריינגעגאגסן עמערס חיות און חיזוק וואס די בחורים וועלן לאנג געדענקן. די ראש ישיבה האט געבענטשט על הכוס און מ'האט זיך ארויסגעלאזט אין טענץ חזק ימלא משאלותינו ווען עס איז שוין געווארן טאג.