הויפט בלאט בילדער קרישקעס | אינטערסאנטע מערקווירדיגע נייעס פון די וואך בחצרות הקודש איבער די וועלט

קרישקעס | אינטערסאנטע מערקווירדיגע נייעס פון די וואך בחצרות הקודש איבער די וועלט

געשריבן דורך admin

דאנערשטאג פ' עקב • כ' אב תשפ"ה | בחצרות הקודש


"משב"ק אחד לכל גדול": בקשה פונעם יושב ראש ביים "עצרת מחאה וזעקה" היינטיגן ליל שישי פארנט פון טורמע נוממער 10.

תלמידי חכמים מרבים שלום בעולם: היסטארישע באגעגעניש צווישן די ברודער האדמור"ים מגארליץ ביי א משפחה שמחה, נאך א צייט אפשניט פון גאנצע פינף און דרייסיג יאר.

Blog Image

האדמו"ר מסאטמאר אינעם מאונט וואשינגטאן רידזשענעל לופטפעלד אין ניו העמפשיר פון ווי דער רבי האט זיך אומגעקערט אהיים לביתו נאוה קודש אין קרית יואל נאכן וויילן די פארגאנגענע פיר וואכן אויף מנוחת הנפש. דער רבי ווערט באגלייט דורך חתנו הגדול הגה"צ רבי העניך אשכנזי מאלעסק אבד"ק אבני צדק קרית יואל.

Blog Image

פני העדה: ביים סקולענער סעודת הודאה מוצאי שבת נחמו אין גרויסן ביהמ"ד אין קרית וויזניץ פני מערקט "קרישקעס" די משמשים בקודש ביי האדמו"ר מוויזניץ הרב בנציון שטאנגער, הרב הערשל כץ און הרב שאול גרינבערגער הי"ו. ווערט אויך געזעהן דער מזכיר המועצת הרב יעקב וואלצער הי"ו.

Blog Image

ראש הישיבה הגאון ר' משה הלל הירש שליט"א ווערט געזעהן פארנט טורמע 10 אין בית ליד ביים אויסווארטן די פערמיטן אריינצוגיין באזוכן די צוויי יצחקוב ברודער וועלכע שמאכטן דארט אין טורמע.

Blog Image

הרב חנוך זייברט הי"ו מעיאר פון בני ברק ערהאלט ברכת קדשו פון האדמו"ר מסקולען ירושלים ביים ערשיינען צום סעודת הודאה מוצאי שבת נחמו וואו דער רבי האט באדאנקט דעם מעיאר פארן זיין בייהילפיג להצלחת המעמד.

Blog Image

צדיקים יושבים: האדמור"ים מטאהש און קוזמיר אין א שמועס נאכן דאווענען אין ביהמ"ד הגדול אין קרית טאהש.

Blog Image

האדמו"ר מוויען ווערט געזעהן אינעם האטעל אין שטעטל סקול אין שווייץ זייענדיג עוסק בתורה, בנאות דשא.

Blog Image

האדמו"ר מסקולען ירושלים ביי א שמחה במעונו פון האדמו"ר מוויזניץ פאריגע וואך וואו דער רבי האט זיך באדאנקט פארן וויזניצער רבי'ן שליט"א פארן צושטעלן די גרויסע וויזניצער ביהמ"ד צו קענען דארט פראווען די סעודת הודאה מוצאי שבת נחמו.

Blog Image

הגה"צ אבד"ק סאטמאר מאנטשעסטער שליט"א ווערט געזעהן אויף דאטשע אין די גלילות פון מאנטשעסטער.

Blog Image

האדמו״ר מליסקא באזוכט בביתו נאווה קודש פון הרה"ק מסאטמאר זצוק״ל אויף בעקערטאון ראוד אין קרית יואל ווערנדיג ארומגעוויזן דורך הנגיד ר' גרשון שלעזינגער הי"ו יושב ראש ״אדמת קודש״ להצלת בתי חיים אין אייראפע.

ראש הישיבה הגאון רבי דוב לאנדא שליט"א באשיינט ביים שבע ברכות פאריגע וואך לרגל השמחה במעונו פונעם בארימטן פילאנטראפ ותומך תורה הנגיד ר' דן גערטלער הי"ו אין בני ברק.

האדמו"ר מאלעסק ביים מעמד קביעת מזוזה אינעם נייעם געשעפט זעכצן עוו. גלאט אונטער די אייגענטימערשאפט פון הרה"ח חיים דוד קליין הי"ו.

Blog Image

קרישקעס באמערקט א פראפעסיאנאלע שטאב ביים רייניגן דעם אויטא פון האדמו"ר מסאטמאר פארנט פון ביתו נאווה קודש אין וויליאמסבורג.

Blog Image

האדמו"ר מוויזניץ בארא פארק ביים אנוואונטשן הרב אברהם זאלדאן מנהל הכנסת אורחים "אשל אברהם" אין קראקא, וואו דער רבי האט זיך דערכאפט דאס הארץ וויילנדיג אויף א נסיעה צו די קברי אבות אין פולין.

Blog Image

א משלחת פון זקני חסידי משכנות הרועים ביים אריינגאנג צום געריכט הויז וואו עס איז אפגעהאלטן געווארן דער געריכט איבערן אררעסט פונעם אסיר ציון האברך החשוב ר' אריה מרדכי רבינוביץ נכד האדמו"ר ממשכנות הרועים.

Blog Image

האדמו"ר מסאדיגורא ירושלים ארוגענומען מיט חסידים ואנשי מעשה שפאצירנדיג אויף די אלפן בערג אין עסטרייך.

Blog Image

הרה"צ רבי חיים מרדכי ראזנבוים אבד"ק קרעטשניף ביתר באזוכט אינעם נייעם הכנסת אורחים אין שטאט קרעטשניף אין ראמעניע בהנהלת הרה"ח ר' שלמה ניילענגער הי"ו וועלכע וואוינט רונדע דעם יאהר אין שטעטל קרעטשניף.

Blog Image

די ריקודין ביים סיום החתונה נעכטן בחצה"ק סקווירא, מערקט דעם רבינס גאלף קאר גרייט אהיימצופירן דעם רבי'ן נאך די שמחה.

פון אונטער די קוליסן ביים בוני עולם קאמפיין קאמענד סענטער.

Blog Image

העפטיגע בוי ארבעט ביים נייעם אהל הק' אויפן ציון הק' פון כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא זצ"ל לקראת די צווייטער יארצייט וואס געפאלט אויס די קומענדיגע וואך.

Blog Image

צונויפשמועס צווישן הרה"צ ר' יצחק ישעי' האגער זוהן פון האדמו"ר מוויזניץ און הרב יחיאל יהושע האגער זוהן פון האדמו"ר מסערט וויזניץ ביי א משפחה שמחה די וואך.

Blog Image

פראטעסטירער פונעם יישוב הישן פארנט פונעם מיליטערישער הויפט טורמע מיט געהלע בענקלעך (גלייך ווי די חאמאס משכונות סימבאלישע קאליר) מיט פלאקאטן וואס רופט 'באפריי זיי אהיים' נאך וואס עטליכע חשובע יונגעלייט זענען ארעסטירט געווארן דורך די מיליטערישע פאליציי ביי א מחאה קעגן חילולי קברים אין יאהוד.

Blog Image

העסקן בנן של קדושים הרב עזרא פרידלענדער בן האדמו"ר מליסקא אין א שמועס מיט האדמו"ר מתולדות אהרן אינעם מקום הנופש אין מאד אונגארן, קומענדיג צופארן צום הילולא קדישא פון זקינו הרה"ק מליסקא זי"ע.

האדמו"ר מטאהש באזוכט אינעם פראכטפולן בית המדרש אנשי חי"ל פראנקפורט אין די וואדבערי דשאנקשן געגענט בגלילות קרית יואל.

Blog Image

הרב זאה ארון לייב ראזנבוים בן האדמו"ר מפרמישלאן חתן הגה"צ רבי דוד שלמה ראזנבוים אבד"ק קרעטשניף ירושלים באגריסט זיין פעטער האדמו"ר מקרעטשניף סיגעט ביי א משפחה שמחה די וואך.

Blog Image

העסקן הנמרץ ר' שמעון שישא יושב ראש מרכז עזרא ויעוץ באזוכט בהיכל ישיבת עטרת שלמה אין ראשון לציון בנשיאות הגאון רבי שלום בער סורוצקין וועלכע האט ארומגעוויזן ר' שמעון אינעם ישיבה און במיוחד דער נייער פראטפולער ארון הקודש פון ריין גאלד.

Blog Image

האדמו"ר מראחמיסטריווקא ספרינג וואלי וועלכע איז ארויסגעפארן אויף א נסיעה צו די מקומות הקדושים אין אייראפע אינאיינעם מיט תלמידי ישיבת שער אפרים באזוכט בהיכלו פון האדמו"ר מתולדות אהרן אין מאד אונגארן.

Blog Image

האדמו"ר מסקולען אין א שמועס מיט הגה"צ רבי מרדכי שלמה ברייער אבד"ק באיאן ארה"ב ביים סעודת הודאה מוצאי שבת נחמו.

Blog Image

הרה"ח ר' אליעזר יודא פאגעל הי"ו מנהל כולל ראחמיסטריווקא אין בארא פארק מערקט "קרישקעס" ביים כותל המערבי אין א שמועס מיטן מחנך ר' לייבש ליש הי"ו.

Blog Image

באגעגעניש אין רבי ישעי'לעס הויז אין קערעסטיר צווישן הטפסר המרומם הנגיד ר' יואל לאנדא הי"ו און דער באקאנטער בעלזער שריפטשטעלער הרב דוד דאמען הי"ו פון אנטווערפען.

Blog Image

האדמו"ר מספינקא ווערט געזעהן די וואך ביי תפילת שחרית אינעם מערה אין אתרא קדישא מירון.

Blog Image

האדמו"ר מטשערנאוויץ באזוכט ביים שוואגער האדמו"ר מסטראפקוב זייענדיג צוגאסט אין ארץ ישראל לכבוד די חתונה פון אן אייניקל.

Blog Image

הרה"צ ר' אשר ראזנפעלד בנו בכורו פון האדמו"ר מדאראג בסוד שיח מיטן ינוקא הגאון רבי שלמה יהודה שליט"א בבית מדרשו אין שטאט ראשון לציון.

הרה"צ רבי יוחנן שוחט שליט"א בן האדמו"ר מקארלין סטאלין ביי א מעמד קביעת מזוזות אין די נייע אפיסעס פון "צעדי בריאות" ארויסצוהעלן חולי ישראל תושבי ביתר.

Blog Image

הגאון רבי יצחק זילברשטיין רב שכונת רמת אלחנן אין בני ברק ביים אפשרייבן א פערזענליכע בריוו צו האדמו"ר מבאיאן נאכן פארהערן די תלמידי הישיבה פון ביתר, דער גאון האט ארויסגעברענגט זיין התפעלות פארן רבי'ן איבער די ידיעות התורה פון די בחורים.

Blog Image

דער מגיד מישרים הרה"ג ר' שמעון שפיטצער שליט"א טרעט אויף פאר די עקסנים און פאנדרעיזערס ביים בוני עולם קאמפיין פאריגע וואך.

Blog Image

תלמידים געזעגענען זיך שווער פונעם ראש הישיבה הגאון רבי ברוך שמואל הכהן דויטש זצ"ל ביים פרישן קבר נאכן סתימת הגולל.

Blog Image

האדמו"ר מביאלא בני ברק איז עוסק בתורה אינעם הכנסת אורחים אין פשיסחא פולין וואס שטייט בנשיאותו.

Blog Image

שמחת החאלאקע פון אן אייניקל ביי המשפיע הגה"צ רבי חיים יוסף בידערמאן שליט"א אב"ד לעלוב בני ברק.

Blog Image

הרה"צ רבי ירחמיאל יוסף בידערמאן מלעלוב סאסנובצא באזוכט ביי האדמו"ר מסקווירא.

Blog Image

חסידי גור אין א ריקוד ביים עצרת מחאה פארנט פון טורמע 10 מחזק צו זיין די תלמידי הישיבה וועלכע שאמכטן דארט אין תפיסה.

שלוחי דרבנן הרב אורי מקלב בקודש פנימה ביי האדמו"ר מביאלא דן צו זיין בדברים העומדים על הפרק איבער דעם ברענעדיגן גזירת הגיוס.

Blog Image

ערשטמאליגער 'מענטל העלט פאנעל' אין ביהמ"ד הגדול סאטמאר בארא פארק, אראנזשירט דורך התאחדות אברכים ד'סאטמאר בארא פארק, וואו עס האבן אויפגעטרעטן מיט דרשות די געניטע מומחים הרב מנחם ישעי' לעווי הי"ו און הרב הערשל זאבעל הי"ו, אנגעפירט דורך דעם בארימטן מומחה בעניני תורת הנפש הרב חיים יודא ווייס שליט"א בן הגה"צ אב"ד סאטמאר לאנדאן שליט"א.

Blog Image

הרה"צ רבי ירחמיאל יוסף בידערמאן מלעלוב סאסנובצא ביים מעמד אמירת ויתן לך אין שטוב פון הרבני הנגיד ר' בנציון צאהלער הי"ו אין ווינסדאר הילס קאנטרי ביים פארטיילן צוקער פונעם שיסל פון הרה"ק רבי ישעי' מקערעסטיר זי"ע.

Blog Image

די גדולי ראשי הישיבות הגאון הגדול ר' דוב לאנדא שליט"א און הגאון הגדול רבי משה הלל הירש שליט"א אויף א וויכטיגע זיצונג צו מטכס עצה זיין איבערן מערכה כבידה קעגן דעם ביטערן גזירת גיוס בני הישיבות.

Blog Image

חברותא'שאפט אין קריישנבערג עסטרייך: הרב שלום עוזר האגער בן האדמו"ר מסערט וויזניץ און הרב שאול יחזקאל גראס בן האדמו"ר מתולדות משה.

Blog Image

הרה"צ ר' נחום שארף שליט"א אבד"ק סאדיגורא מאנסי ביים יערליכן מעמד הבאגלייטן מוצאי שבת נחמו אין די קאנטרי.

הרב אברהם דוד שעכטער משב"ק האדמו"ר מצאנז ביים שמחת הבר מצוה בבית המשפיע הרה"צ ר' יוסף הערש מאסקאוויטש שליט"א פארגעקומען אינעם היכל ראזנבערג אין קרית צאנז נתני'.

Blog Image

שיין בילד פון הרה"צ רבי אהרן מענדיל טווערסקי שליט"א מסקווירא ביים גולל זיין דעם ספר תורה ביים הכנסת ספר תורה פאריגע וואך צום סקווירא שטיבל אין בית שמש.

Blog Image

האדמו"ר מאמשינוב אויף א באזוך די וואך במעונו פון הגה"צ גאב"ד וואודריטש שליט"א וויילנדיג אויף אפרוה אין די אומגעגענט.

Blog Image

הרה"צ רבי נתן דוד אשכנזי שליט"א האדמו"ר מסטאניסלאוו אלעסק באזוכט ביי האדמו"ר מקאסאן מקבל צו זיין ברכת קדשו נאכן זיך קובע מקום זיין אינעם בליענדן שטאט לינדען.

Blog Image

האדמ"ר ממעזיבוז ביים באטראכטן היסטארישע כתבי ידות פונעם הייליגן חתם סופר זי"ע געברענגט געווארן דורך די "עתיק יומין" אנטיק פירמע.

Blog Image

האדמו"ר מוויזניץ ביים תפילין לייגן פאר צווילינג איר אייניקלעך, אינעם חצר פונעם אכסניא אין מושב אורה, געציילטע טעג איידער די רבי איז ארויסגעפארן קיין דייטשלאנד לצרכי רפואה.

Blog Image

שיין בילד פון הגאון רבי אשר ווייס גאב"ד דרכי תורה בנאות דשא צווישן די אלפן בערג אין פראנקרייך.

Blog Image

הונדערטער בחורים פון ישיבת קארלין סטאלין ביים זיך לערנען וויאזוי צו שפילן מיט דער ’דראם’ מוזיק אינסטורעמענט, ביים בין הזמנים זומער קעמפ.

הנגיד ר' אברהם יעקב בערקאוויטש הי"ו מראה"ק סאטמאר בארא פארק ביים אויפהייבן דעם כוס צו הבדלה פאר האדמו"ר מוויזניץ דעם מוצאי תשעה באב אין מאלויע שווייץ.

Blog Image

מלא השבוע הזאת: דער לוח תורה ותפילה דחסידי סקווירא מיטן סדר השמחות אינעם רבינס הויף, זייענדיג קע"ה א פארנומענע וואך פון טאג טעגליכע שמחות.

Blog Image

שמחה של מצוה: המקובל הגה"צ רבי גמליאל ראבינאוויטש שליט"א דינט אלס סנק ביי א ברית לבן אחד מתלמידיו.

זריזין מקדימים: האדמו"ר מבאניא שוין אנגעהויבן קבלת קהל לקראת די ימי רחמים והרצון וואס שטייען ביים שוועל.

Blog Image

הרב מרדכי רבינוביץ זוהן פון האדמו"ר מביאלא בית שמש באזוכט ביי האדמו"ר רבי יאשיהו פינטו שליט"א אין מאנהעטן.

Blog Image

אסעמבלי ספיקער קארל העיסטי אויף א באזוך בקודש פנימה ביי האדמו"ר מסקווירא אינאיינעם מיט ניו יארק סטעיט אסעמבלימאן ר׳ אהרן בן ציון ווידער הי"ו.

Blog Image

ביים כותל המערבי מערקט "קרישקעס" האדמו"ר מבוטושאן און הרב לייבל פיזנצבסקי משב"ק האדמו"ר מגור ביים מתפלל זיין מיטן גענויע תנועה פון רבו האדמו"ר מגור.

Blog Image

האדמו"ר מסאטמאר פארברענגט מיט הגה"צ רבי אברהם הערש וואזנער אבד"ק סאטמאר מאנסי און די מיטרייזנדע אויפן פריוואטן פליגער קיין אייאווע וואו דער רבי האט באזוכט ביי די מהודרדיגע סאטמארער שחיטה.

Blog Image

האדמו"ר מצאנז קלויזענבורג פארלאזט ביתו נאוה קודש אין בארא פארק צום "מחנה צאנז" אין וואודבארן וואו דער רבי האט געוויילט פאריגן שבת צווישן די תושבי ותלמידי המחנה.

Blog Image

הרב שאול גרינבערגער משמש הקודש פון האדמו"ר מוויזניץ טרעט אויף ביים שמחת הבר מצוה די וואך בחצר הקודש וויזניץ וואו ער האט מעורר געוועהן די עלטערן און די בחורים וואס גייען ארויף פון די ישיבה קטנות צו ישיבה גדולה, צו פארבלייבן אין די היימישע וויזניצער ישיבות.

Blog Image

הגה"צ רבי איטשע מאיר מארגנשטערן האדמו"ר מתורת חכם באשיינט ביים שמחת הבר מצוה לבן הנגיד ר' אייזיק קנאפפלער הי"ו מנאמני ביתו.

אין די טעג האט האדמו"ר מקאסוב אנגעהויבן גייען מיטן רבישן לבוש פון שווארצע זאקן אינדערוואכן, כמנהג חסידים ואנשי מעשה און די פריערדיגע צדיקים לבית קאסוב און וויזניץ וועלכע פלעגן גיין אנגעטוהן מיט שווארצע זאקן. דער רבי ווערט געזעהן אינעם בילד ביי תפילת שחרית די וואך אין די מנהרות הכותל.

א ברכת מזל טוב פארן בעל מנגן הר"ר יואל קליין הי"ו לכבוד די שמחת החאלאקע פון אן אייניקל. "קרישקעס" מערקט די זיידע ר' יואל אין א טאנץ מיטן אייניקל ביים שמחת החאלאקע אינעם חצר המערה אין מירון.

שרייבט א קאמענט

-
00:00
00:00
Update Required Flash plugin
-
00:00
00:00