פרייטאג פ' עקב • כ"א אב תשפ"ה | בחצרות הקודש
א היסטארישע באגעגעניש איז היינט פארגעקומען צווישן די צוויי קרבניטי היהדות החרדית, ווען דער מנהיג עולם התורה מרן ראש הישיבה הגאון האדיר רבי דוב לאנדא שליט"א איז אנגעקומען אויף א ביקור הוד אין שטוב פון מרן פוסק הדור הגאון האדיר רבי משה שטערנבוך שליט"א בעל תשובות והנהגות.
דער ראש ישיבה וואס וויילט אצינד אין די קרית בנות געגענט אין ירושלים אויף אפרוה, האט זיך מטריח געווען בטילטולא דגברא רבא ארויסצופארן צום דערנעבענדיגן הר נוף געגענט, כדי זיך דורכצושמועסן דברים העומדים על הפרק, מיטן ראש גולת אריאל דער פוסק הדור שליט"א.
אנקומענדיג צום שטוב פונעם גאון, איז דער ראש ישיבה אויפגענומען געווארן ביותרת הכבוד און עס האט זיך פארצויגן א שמועס איבער דעם ביטערן גזירת הגיוס וואס איז די געשפרעך פון טאג ביים יהדות החרדית, דער פוסק הדור האט בין הדברים קלארגעשטעלט, אז מען דארף זיך האלטן פעלזן פעסט כחומה בצורה און נישט נאכגעבן קיין זיז כל שהוא, נאר לוחם זיין בכל גאון ועוז קעגן די ביטערע גזירה. דער ראש ישיבה האט צוגעשטימט און געזאגט, אז מ'וועט נישט איינגיין אויף קיין שום פשרות אין דעם נושא, ביז ווען די רעגירונג וועט אפלאזן די ערליכע בחורים און יונגעלייט, און זיי ערלויבן אנצוהאלטן תורה און אידישקייט כבימים ימימה.
ביים ענדע פונעם באזוך, האבן זיך די מנהיגי ישראל געוואונטשן איש את רעהו און זיך געזעגענט בברכות לרוב. דער פוסק הדור שליט"א האט בשארית כוחותיו ארויסבאגלייט דעם חשובן גאסט דער ראש הישיבה שליט"א בכבוד הראוי לו.