דינסטאג פ' עקב • י"ח אב תשפ"ה | בחצרות הקודש
דער קידוש שם שמים וואס שפילט זיך אפ טאג טעגליך ביים טורמע 10 אין בית ליד הילכט אפ מסוף העולם ועד סופו ביי די שטורמישע מחאות קעגן די ארעסט פון צוויי ישיבה בחורים וואס זענען פאראורטיילט געווארן צו טורמע טערמינען צוליב דעם וואס זיי האבן זיך נישט געשטעלט אינעם טמא'נעם מיליטער לויט די פאראייניגטע הוראה פון אלע גדולי ישראל.
היינטיגן דינסטאג האט כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא שליט"א מטריח געווען אין די שווערע היצן און אונטערגענומען די לאנגע נסיעה צום טורמע אין באגלייטונג פון הונדערטער חסידים פון אלע שטעט, ואתו עמו זענען ארויסגעקומען כ"ק אדמו"ר מסקולען ירושלים שליט"א, כ"ק אדמו"ר מזוועהיל שליט"א, און הגה"צ רבי דוד משה ראזנבוים אבד"ק קרעטשניף בראש קהל עדתם, מיטן ציל ארויסצוהייבן א קול זעקה ומחאה קעגן די שרעקליכע רדיפות דת, און מחזק זיין די אסירי ציון זיך צו האלטן שטארק קעגן די נסיון וואס זיי גייען אריבער און חלילה זיך נישט ברעכן און זיך אנשליסן אין די טריפה'נע מיליטער.
א רייע דרשות איז געהערט געווארן דורך די אנוועזנדע רבנים, הגאון רבי יצחק קולדצקי שליט"א חתנו חביבו פונעם שר התור הגאון האדיר רבי חיים קנייבסקי זצ"ל, הרה"ג ר' ערשל ראטטענבערג שליט"א רב דחסידי גור אין אמעריקא און הגה"צ אבד"ק קרעטשניף שליט"א.
דערנאך האט כ"ק אדמו"ר מזוועהיל שליט"א פארגעזאגט סליחות מיט גרויס התעוררות. דאן האט כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא שליט"א אנגעהויבן אחינו כל בית ישראל וואס האט ווי געשפאלן הימלען, און דער רבי שליט"א האט געוואונטשן אז די בחורים זאלן באפרייט ווערן אינגיכן מאפילה לאורה און די גזירה איומה זאל בטל ווערן במהרה, דער רבי האט מוסיף געוועהן א הפלא'דיגע דיבור בשם הרה"ק רבי פנחס קוריצער זי"ע אז די גלות צווישן אידן זעלבסט וועט זיין די שווערסטע גלות און דערמיט געטייטשט די נסחאות וואס מען זאגט אין אהבה רבה "ושבור עלינו עול הגויים ועול הגלויות" אז די עול הגוים וועט זיין בלויז א מעין פונעם עול צווישן אידישע קינדער, און מסיים געוועהן בברכת קדשו.
צום שלוס האט מען געזינגען דעם לעבעדיגן ניגון "הושיעה את עמיך" וואס ווערט אפט געזינגען אין ראחמיסטריווקא און ברוך הוא אלוקינו.