הויפט בלאט באריכט זריזין מקדימין: פתיחת "זמן אלול" אין די ישיבות הקדושות דחסידי צאנז | בילדער

זריזין מקדימין: פתיחת "זמן אלול" אין די ישיבות הקדושות דחסידי צאנז | בילדער

געשריבן דורך admin

דינסטאג פ' עקב • י"ח אב תשפ"ה | בחצרות הקודש‎

בילדער קרעדיט: משה גולדשטיין


טויזנטער בחורים תלמידי הישיבות הקדושות דחסידי צאנז האבן נעכטן מאנטאג טו"ב מנחם אב אין א גוטע שעה אנגעהויבן דעם אלול זמן אין די צאנזער ישיבות גדולות אין נתניה און בחיפה.

צום התחלת הזמן איז אינעם היכל המיתבתא אין קרית צאנז, אפגעהאלטן געווארן א סדר לימוד שעות רצופות ביז נאך מנחה, ווען דערנאך האבן די בחורי חמד היקרים געהאט די זכיה צו הערן דעם דרשת פתיחת הזמן דורכן נשיא הישיבה כ"ק אדמו"ר מצאנז שליט"א וועלכע איז ספעציעל אריינגעקומען פונעם מקום הנופש אין קיסריה און משמיע געוועהן לענגערע דברות קודש און דברי הדרכה פאר די בחורים, באגלייט מיט הויפענעס חיזוק צום נייעם זמן.

נאכן פתיחה האט דער רבי איבערגעגעבן טרעפליכע דברי חיזוק זייענדיג מדגיש דער געוואלדיגער כח פון יעדן איינציגן בחור וואס זיצט אין לערנט באהלה של תורה, וואס דאס איז דער קיום העולם, וואו מיר ווייסן אז תורה מגוני ומצלא און טוט אפהיטן אידישע קינדער פון אלעם בייזן.

דאן האט זיך דער רבי באצויגן צו די ביטערע מצב אין ארה"ק מיטן גזירת הגיוס זאגנדיג: "מאויבי תחכמנו", דייקא די ענינים אויף וואס שונאי הדת האבן זיך פארלייגט, דארפן מיר זעהן צו מחזק זיין ביתר שאת ועז, די מערכה כבידה קעגן די לומדי התורה און בחורי הישיבות, דארף דינען אלס א וועגווייזער זיך מחזק צו זיין און מגביר זיין חיילים לתורה.

נאכן דרשת פתיחת הזמן וואס זיך פארצויגן קרוב צו א שעה צייט זענען אלע בחורים דורך ביים רבי'ן כבני מרון, ערהאלטן דעם ברכת הקודש צום נייעם זמן.

Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image

שרייבט א קאמענט

-
00:00
00:00
Update Required Flash plugin
-
00:00
00:00