זונטאג פ' עקב • ט"ז אב תשפ"ה | בחצרות הקודש
בילדער קרעדיט: אייזיק ג
דעם ערב שבת דברים חזון איז פארגעקומען אין מחנה מתיבתא באבוב 45 אין פארקסוויל די שמחת פדיון הבן פון א אור אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מבאבוב 45 שליט"א, הילד יצחק טובי' זוהן פון נכדו הרב שלמה יעקב אונגער זון פונעם רבינ'ס זון הרה"צ רבי חיים בן ציון אונגער שליט"א. אלס כהן הפודה האט געדינט הרה"ג ר' שלום קאהן ר"מ בישיבה קטנה באבוב 45 אין לאנדאן, א זון פון הרה"ג ר' ישראל יעקב קאהן ז"ל וואס האט געהאט די חזקה צו דינען אלס כהן הפודה ביי די שמחות אין די משפחת המלוכה ביי צדיקי בית באבוב.
דער רבי האט משמיע געווען דברות קודש און מכבד געווען די כהן הפודה מיטן בענטשן, נאכן בענטשן זענען דורך ביים רבי'ן די אלע בחורים וואס האבן זיך מצטיין געווען און האבן מיטגעהאלטן די פארטאגס סדר ערב שבת דורכאויס די פארלאפענער וואכן, און האבן ערהאלטן קנאבל און צוקער פונעם פדיון הבן.