הויפט בלאט באריכט שיינעם באזוך פון הגה"צ אבד"ק באבוב-45 שליט"א אין ארצינו הקדושה לכבוד שבת הילולא פון זקינו הרה"ק מבאבוב זי"ע

שיינעם באזוך פון הגה"צ אבד"ק באבוב-45 שליט"א אין ארצינו הקדושה לכבוד שבת הילולא פון זקינו הרה"ק מבאבוב זי"ע

געשריבן דורך admin

מוצאי שב"ק פ' ואתחנן • ט"ו אב תשפ"ה | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: שלומי טריכטר


חסידי באבוב 45 אין ארץ ישראל האבן מיטגעלעבט געהויבענע טעג ביים ביקור הוד פון הגה"צ אבד"ק באבוב 45 שליט"א וואס איז געקומען פראווען די שבת הילולא קדישא פון רבם ומאורם כ"ק אדמו"ר הרה"ק רבי שלמה מבאבוב זי"ע בקרב עדת מי מנה קהל חסידי באבוב 45 אין ארצינו הקדושה.

די רב שליט"א איז געקומען צופארן קיין ארץ ישראל נאך א נסיעה פון א וואך צו די מקומות הקדושים אין אייראפע לקראת די חתונה פון א אייניקל. ביים אנקומען מיטוואך צופרי איז די רב תיכף צוגעפארן קיין גליל, ווי דער רב האט געדאוונט שחרית אין אתרא קדישא מירון. שפעטער נאכמיטאג איז פארגעקומען די מעמד הקמת המציבה על קברה פון אמו הרבנית מסאסרעגן ע"ה אויפן אור אלטן בית החיים אין עיה"ק צפת, אין שפיץ פונעם רב שליט"א און די ברודער און שוואגערס האדמורי"ם והרבנים וואס האבן משמיע געווען דברי הספד וזכרון.

נאך די מעמד הקמת המציבה האט זיך דער רב שליט"א ארומגעדרייט אינעם בית החיים פאר קרוב צו צוויי שעה ביי די קברי אבות און קברי הצדיקים והקדמונים.

אין די אווענט שעה'ן האט דער רב שליט"א מופיע געווען בשערי ירושלים עיה"ק, וואו ער האט באשיינט די בר מצווה פון א זון פון שאר בשרו הרב נפתלי צבי פרישוואסער שליט"א, זון הרה"ג ר' שלמה פרישוואסער שליט"א אב"ד סאסוב לונדון, אייניקל פון הרה"ק בעל קדושת ציון מבאבוב זי"ע.

דאנערשטאג צופרי האט די רב געדאוונט שחרית אין ביהמ"ד באבוב 45 אויף רח' פנינה, נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים און מעמד קבלת פנים לכבודו, ווי דער גאסט האט משמיע געווען דברי תורה וברכה, און דערציילט עובדות וסיפורים פונעם הייליגן ישמח משה זי"ע לרגל די יארצייט, דערנאך איז דער ציבור דורך שלום נעמען.

פארנאכטס האט די רב באזוכט אינעם כולל באבוב 45, ווי ער האט זיך ארומגעדרייט בין ספסלי דבי מדרשא און דערנאך געדאוונט מנחה מיט די יונגעלייט, נאך מנחה איז אפגעהאלטן געווארן בבית האכסניא א בחינה פאר די בחורי חמד תלמידי ישיבה קדושה דרכי יושר, וועלכע האבן זיך פארהערט אויף די לימודים בין כותלי הישיבה. שפעטער האט דער רב שליט"א באשיינט בראש המסובים ביים חלוקת פרסים פאר די מצטיינים און נבחנים אין ראם פון מפעל מחודדים שע"י צדקת ארץ הקודש דבאבוב 45, ווי ער האט אויפגעטרעטן מיט דברי ברכה און פארטיילט די פרסים. שפעטער האט דער רב שליט"א באשיינט א מסיבה לטובת די מוסדות אין ירושלים עיה"ק, געאייגענגט פאר די צעירי האברכים אין די קהילה.

פרייטאג צופרי האט דער רב שליט"א באזוכט אין היכל הישיבה דרכי יושר, ווי ער האט זיך ארומגעדרייט צווישן די לומדים, און דערנאך איז פארגעקומען א מעמד חלוקת תעודות ופרסים, ווי דער אורח הדגול האט משמיע געווען מדברותיו און פארטיילט תעודות הוקרה.

די שבת הילולא איז געפראוועט געווארן אויף גאר א דערהויבענע פארנעם, מיט די השתתפות פון כלל חסידי באבוב 45 תושבי עיה"ק ירושלים, און די בחורי חמד פון איבער גאנץ ארץ ישראל. די שבת איז געווען איין לאנגע קייט פון התדבקות בדרכיו ובמשנתו הטהורה פונעם הייליגן בעל הילולא זי"ע.

ביים זמן כניסת השבת איז פארגעקומען א שיעור הכנה במשנתו הטהורה, דורך הרה"ג ר' בן ציון פרענקל שליט"א אב"ד סאקאלוב און ר"מ במתיבתא באבוב 45, נכד בעל ההילולא. דאס ביהמ"ד איז געווען אויסגעשטעלט מיטן מקסימום פלאץ צו קענען אקאמאדירן דעם גרויסן ציבור בלעה"ר. דער רב שליט"א האט געדאוונט מנחה פארן עמוד, נאך מנחה האט הרה"ג רבי אלי' חיים שטערנבוך דומ"ץ באבוב 45 ירושלים אויפגעטרעטן מיט א דרשה. קבלת שבת האט געדאוונט פארן עמוד הרה"ג ר' בן ציון רובין שליט"א, נכד בעל ההילולא. נאכ'ן דאווענען איז מען דורך ביים רב שליט"א וואונטשן גוט שבת.

די רב שליט"א האט געפראוועט די סעודת שבת אינעם זאל שמחת ירושלים אינאיינעם מיט די אריבער 150 בחורי החסידות, ווי ער האט אנגעהויבן די זמירות און פאר קידוש משמיע געווען דברי התעוררות. במשך די סעודה האט דער רב שליט"א משמיע געווען דברי תורה והדרכה לימי הבחרות במשנתו של בעל ההילולא. דערנאך האט פארגעזעצט די שבת אחים, בהשתתפות כל קהלא קדישא.

די סעודת צפרא דשבתא האט דער רב שליט"א געפראוועט אויף א פריוואטע פארנעם מיט הרה"ח ר' חנוך סגל הי"ו, ראש הקהל באבוב 45 בארה"ק, בבית בנו הרה"ג ר' מנחם מנדל סגל שליט"א. נאכמיטאג איז פארגעקומען די פירות טיש, ווי דער רב שליט"א האט פרגעזינגען "שמו מפארים" כנהוג אין די דריי וואכן, און דערציילט זכרונות סיפורים ועובדות פונעם בעל ההילולא. ביי רעווא דרעוין האט דער רב שליט"א ווידער משמיע געווען דברי תורה והדרכה און געבענטשט על הכוס.

מוצאי שבת איז דער חשובע גאסט אנגעקומען אויף א תפילת רבים ביים שריד בית מקדשינו, דער כותל המערבי, וואו ער האט משמיע געווען דברי התעוררות בענין חורבן הבית. מען האט געזאגט ספר רבעי שבתהילים, און געזינגען ניגוני התעוררות.

זונטאג צופרי האט דער רב שליט"א באזוכט אין די אפיסעס פון כולל שומרי החומות, וואו ער דינט אלס מנהל הקופה אין אמעריקא מירושת אביו כ"ק אדמו"ר מסאסרעגן זצ"ל. דערנאך איז דער רב שליט"א ארויסגעפארן אויף א תפילה ביים קבר רחל אמנו, און שפעטער אויפדערנאכט זיך ארויסגעלאזט צום לופטפעלד אויפן וועג צוריק קיין ניו יארק.

Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image

שרייבט א קאמענט

-
00:00
00:00
Update Required Flash plugin
-
00:00
00:00