פארלאפענעם ליל שישי ערב שבת חזון איז כ"ק אדמו"ר מערלוי שליט"א אנגעקומען אין שפיץ פון א עדה חסידים, צום שריד בית מקדשינו דער כותל המערבי, כמנהגו יעדעס יאהר אין די ימי בין המצרים צו זאגן תיקון חצות וואו עס איז געוועהן נוהג ביי די תלמידי החתם סופר, און קלאגן אויפן חורבן הבית.
דער רבי שליט"א האט זיך אראפגעזעצט אויף א נידעריג בענקל, און געזאגט תיקון חצות. דערנאך האט מען געזאגט עטליכע מזמורי תהילים און די סליחות ישראל נושע בה' אין ליכט פונעם שרעקליגן מצב אין ארצינו הקדושה מיטן גזירת הגיוס וואס הויערט אויף די לומדי תורה אין ארץ ישראל.