הויפט בלאט באריכט מעמד לחיים אין קביעת מזוזות אין נייעם 'סאטמאר פלייש געשעפט' אין לעיקוואד בראשות האד' מסאטמאר

מעמד לחיים אין קביעת מזוזות אין נייעם 'סאטמאר פלייש געשעפט' אין לעיקוואד בראשות האד' מסאטמאר

געשריבן דורך admin

דאנערשטאג פ' ואתחנן • י"ג אב תשפ"ה | בחצרות הקודש


די וואך מאנטאג איז כ"ק האדמו"ר מסאטמאר שליט"א אנגעקומען קיין לעיקוואד וואו דער רבי האט צום ערשט מנחם אבל געוועהן אין קרית סאטמאר ביי הרבני הנגיד ר' מרדכי פארהאנד הי"ו פון וויען מחשובי חסידי סאטמאר ומגדולי תומכי המוסדות וועלכע זיצט שבעה על פטירת בנו הנגיד ר' נפתלי פארהאנד ע"ה. דער רבי שליט"א האט זיך דארט אויפגעהאלטן א שעה צייט און דערביי ארומגעשמועסט מיט די אבלים, אינאיינעם מיטן ברודער הגה"צ אבד"ק זענטא שליט"א.

פון דארט איז דער רבי אנגעקומען אויף א מעמד קביעות מזוזה אינעם נייעם 'סאטמאר פלייש געשעפט' אין לעיקוואד, וואו עס זענען געוועהן אנוועזד די חברי וועד הפועל פון סאטמאר פלייש אין וויליאמסבורג און אין בארא פארק וועלכע זענען געוועהן שטארק בייהילפיג. דער רבי האט ארומשפאצירט און באטראכט די גאנצע געשעפט מיט די פילע חומרות והידורים בכשרות הבשר אונטער די שטרענגע השגחה פון די סאטמארע מהודר'דיגע שחיטה, און דאן קובע געווען א מזוזה אויפן הויפט אריינגאנג, און מאציל געוועהן מברכת קדשו פאר אלע אנוועזנדע.

פון דארט איז דער רבי אנגעקומען אינעם סאטמארער ביהמ"ד אין לעיקוואד אויף תפילת מנחה און דערנאך האט דער רבי אפגטשאט א באזוך אין די אכסניא פון הגה"צ ר' שלום גליק שליט"א דומ"ץ טאהש וויליאמסבורג וועלכע האלט זיך אויף דורכאויס די זוממער אין קרית סאטמאר לעיקוואד אויף אפרוה. וואו מען האט ארומגעשמועסט שיינע ענינים און דער רבי האט זיך פארשפארט מיטן דיין ביחידות פאר א לענגערע וויילע.

שפעטער באנאכט האט דער רבי געדאווענט מעריב בבית מדרשו אין לעיקוואד און דערנאך אהיימגעפארן לביתו נאווה קודש אין מחנה דברי יואל.

Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image

שרייבט א קאמענט

-
00:00
00:00
Update Required Flash plugin
-
00:00
00:00