הויפט בלאט באריכט הגה"צ אבד"ק ור"מ סאטמאר וומסב"ג שליט"א ביים ווייץ-שניט פאר סאטמארער מצה בעקערייען אין ווייטן "איידעהא"

הגה"צ אבד"ק ור"מ סאטמאר וומסב"ג שליט"א ביים ווייץ-שניט פאר סאטמארער מצה בעקערייען אין ווייטן "איידעהא"

געשריבן דורך admin

מיטוואך פ' ואתחנן • י"ב אב תשפ"ה | בחצרות הקודש


נעכטן דינסטאג איז הגה"צ אבד"ק ור"מ סאטמאר וויליאמסבורג שליט"א ארויסגעפארן צום ווייטן איידעהא דורצוכפירן דעם צווייטן שניט פון די מהודר'דיגע ווייץ פאר די סאטמארער מצה בעקערייען, דער רב שליט"א איז געפארן בשליחות הקודש פון מר אביו כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א צוזאמען מיט די חשוב'ע רבנים און פארוואלטער פון די בעקערייען.

נאכדעם וואס מען האט זיך אנגעשטויסן אין פארשידענע טעכנישע פראבלעמען ביי די ריזיגע שטחים פון די פעלדער אין אריזאנע, וואו מען האט עטליכע יאהר נאכאנאנד געשטינטן די ווייץ אויף די העכסטע סטאנדארטן, איז מען אנגעקומען צו די פעלדער אין בלייט, קאליפארניע, ממש ביים גרעניץ נעבן אריזאנע, וואס האט דעם זעלבן קלימאט, און אין אלגעמיין רעגנט דארט בכלל נישט אין די צייט פון ווען די ווייץ הייבט אן צו ווערן געצייטיגט און דארט האט מען געשניטן דעם עיקר-שניט פון הונדערטער טויזנטער פונט מהודר'דיגע ווייץ פאר די סאטמארער מצה בעקערייען.

צוליב א מעגליכקייט אז ס'וועט עווענטועל זיין א מאנגל אין מהודר'דיגע ווייץ פאר אידן יראים ומדקדקים האבן די פארוואלטער פון די סאטמארער מצה בעקערייען בפקודת הקודש פונעם סאטמארער רבי'ן שליט"א, אנגעהויבן צו האלטן אן אויג אויף ווייץ-פעלדער פון ארומיגע סטעיטס וואו מען קען מעגליך טרעפן מהודר'דיגע ווייץ אויפ'ן זעלבן הויכן סטאנדארט ווי ביז היינט.

מיט גרויס סייעתא דשמיא האט מען מצליח געווען צו האלטן אן אויג אויף א ריזיגן ווייץ-פעלד אין איידעהא, וואו עס האט בכלל נישט גערעגנט דורכאויס די גאנצע צייט, וואס דער פעלד פארמאגט די ספעציעלע מעלה, זייענדיג א פעלד וואו עס וואקסט דער זעלבער סארט ווייץ וואס מען איז געוואוינט צו שניידן אלע יאהרן, בארימט מיט איר הויכן קוואליטעט.

די וואך דינסטאג איז געווען באשטימט דער טאג ווען צו שניידן דאס ווייץ, עס זענען ספעציעל אראפגעפארן אהין די רבנים המכשירים הרה"ג ר' הערש לייב בערנשטיין שליט"א יו"ר ועד הכשרות דקרית יואל ומו"ץ סאטמאר-וויליאמסבורג, און הרה"ג ר' יואל יצחק שטערן שליט"א דומ"ץ דינוב קרית יואל, צוזאמען מיט די פארוואלטער פון די בעקערייען, ובראשם איז ספעציעל געקומען צו פארן הגה"צ אבדק"ק ור"מ סאטמאר-וויליאמסבורג שליט"א בשליחות הקודש פון מר אביו כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א, צו באגלייטן דעם ווייץ-שניט פונדערנונט.

אין די זעלבע צייט זענען הרבנים הגאונים שליט"א אויך געשטאנען אין כסדר'דיגער טעלעפאנישער פארבינדונג מיט הגאון הגדול דומ"ץ קרית יואל שליט"א, וועלכער האט געגעבן אלע נויטיגע אנווייזונגען צום שניידן די ווייץ בתכלית ההידור.

אנקומענדיג איז דער רב שליט"א איבערגעגאנגען אלע פרטים ופרטי פרטים, און נאך'ן באשטעטיגן אז אלעס איז מהודר'דיג און אויסגעהאלטן, האט מען אנגעהויבן מיטן ווייץ-שניט, מיטן קאמביין וואס איז געפירט געווארן דורך א איד "לשם מצות מצוה" ווען אינצווישן האט אויך דער וויליאמסבורג-סאטמארער רב שליט"א פערזענליך ארויסגעהאלפן בטירחא דגופא ביים שניידן דאס ווייץ פאר די מצות מצוה לקראת חג הפסח הבעל"ט.

Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image

שרייבט א קאמענט

-
00:00
00:00
Update Required Flash plugin
-
00:00
00:00