הויפט בלאט באריכט נסיעה הרוממה דורך גאב"ד סאטמאר מאנסי צו די קברי אבות אין אונגארן; געהויבענעם שבת אין סיגעט מיט נגידי סאטמאר מאנסי

נסיעה הרוממה דורך גאב"ד סאטמאר מאנסי צו די קברי אבות אין אונגארן; געהויבענעם שבת אין סיגעט מיט נגידי סאטמאר מאנסי

געשריבן דורך admin

מאנטאג פ' ואתחנן • י' אב תשפ"ה | בחצרות הקודש


א גאר געהויבענער נסיעה צו די קברי אבות אין אונגארין און ראמעניע, איז אפגעהאלטן געווארן דורך כ"ק גאב"ד סאטמאר מאנסי שליט"א, אינאיינעם מיט א געקליבענע צאל נגידים ותומכי קהלות ומוסדות סאטמאר מאנסי, וועלכע טוען רונדע דעם יאר ביישטייערן ריזיגע סומעס לטובת די אויפבוי פון פרישע הרחבת גבולי הקדושה פראיעקטן בקרב ממלכת בית סאטמאר מאנסי.

די נסיעה איז אונטערגענימען געווארן לקראת די יומא דהילולא קדישא פונעם הייליגן הישמח משה זי"ע, אשר מנוחת כבודו אין שטאט איהעל אונגארין, און אויף שבת קודש האט מען געוויילט אינעם שוהל הויף בעיר האבות סיגעט אין ראמעניע.

מיטוואך מטות מסעי אין די נאכמיטאג שטונדן האט דער רב מיט די פמליא געלאנדעט בארצות אייראפע, ווען צום ערשט איז מען אנגעקומען צום בית החיים אין שטאט קאשוי, מקום מנוחת קדשם פון הגה"ק רבי שאול בראך זצ"ל, דער הגה"ק אבד"ק ראדאמישלא זצ"ל, הגה"ק מסטראפקוב זצ"ל, און נאך. פון דארט איז מען אנגעקומען צום שטעטל קערעסטיר, ווי מען האט פוקד געווען דעם ציון הקדוש פון הרה"ק רבי ישעי' מקערעסטיר זי"ע. לינת לילה איז געוועהן אין שטאט טאקיי, נישט ווייט פון קערעסטיר.

 צומארגנס דאנערשטאג בעצם יומא דהילולא פונעם הייליגן ישמח משה זי"ע האט מען געדאווענט אין שטאט קערעסטיר, נאך תפלת שחרית וקריאת התורה איז פארגעקומען א 'מסיבת לחיים' אינאיינעם מיטן רב שליט"א, ווי דער רב האט דערציילט עובדות וסיפורים לרגל ההילולא קדישא פון זקינו דער הייליגער ישמח משה זי"ע.

דערנאך האט דער בדחנא דמלכא הרה"ח ר' מרדכי דוד עסטרייכער הי"ו פארגעזינגען דברי חרוזים אלס הכנה דרבה איידערן ארויספארן קיין איהעל צום עלי' לציון פונעם הייליגן ישמח משה זי"ע. אנקומענדיג קיין איהעל האט דער רב שליט"א משמיע געווען דברי הכנה ודברי התעוררות איידערן עלי' לציון, און מען האט אויסגעזאגט גאנץ ספר תהלים ביים ציון הק' מיט א געוואלדיגע התעוררות, אויס'פועל'נדיג ישועות ורפואות למען הכלל והפרט. עקסטער דעם האט באנומען א געוואלדיגע התעוררות ווען דער רב שליט"א האט פארגעזאגט קאפיטל ק"ל 'שיר המעלות ממעמקים' פסוק בפסוק כנוסח ימים נוראים. נאכן סיום ספר תהלים האט דער רב שליט"א גענומען קוויטלעך פונעם גאנצן ציבור, דערמאנענדיג אלע הפצרות ובקשות על יד ציון המציינת פונעם בעל ההילולא זי"ע.

במשך דעם טאג האט מען פוקד געווען די ציונים הקדושים אין שטאט ליסקא ביים הייליגן אך פרי תבואה מ'ליסקא זי"ע. אזוי אויך אין שטאט קאלוב ביים הייליגן רבי אייזיק'ל מקאלוב זי"ע, ווי עס האט געהערשט א באזונדערע התעוררות בעת מען האט געזינגען די מקובל'דיגע ניגונים פונעם הייליגן קאלובער, נאכן עלי' לציון איז מען אנגעקומען צום ארטיגן הכנסת אורחים ווי מען האט געדאווענט תפלת מנחה, דערנאך איז פארגעקומען א 'שולחן לחיים' ווי דער רב שליט"א האט דערציילט עובדות וסיפורים פונעם הייליגן רבי אייזיקל קאלובער זי"ע.

דערנאך איז מען אנגעקומען אין שטאט טשענגער ביים הייליגן בעל מנוחת אשר מטשענגער זי"ע, נאכן עלי' לציון האט מען דארט געדאוונט תפלת מעריב אינעם נייעם פראכטפולן בנין הכנסת אורחים אין טשענגער, דערנאך איז סערווירט געווארן א רייכע 'סעודת ערב' לכל הקהל הקודש.

פרייטאג ערב שבת קודש אינדערפרי איז מען אנגעקומען קיין שטאט סאטמאר, רומעניע, ווי מען איז אריין אינעם היסטארישן בית הכנסת אין שטאט אויף תפלת שחרית, באותו מקום קודש וואו הרה"ק מסאטמאר זי"ע האט אפגעראכטן זיין הייליגע עבודה און משמיע געווען זיינע הייליגע דרשות אין די הייליגסטע זמנים אין יאר במשך גאנצע 10 יאר וואס ער האט דארט משמש געוועהן ברבנות.

נאך תפלת שחרית איז מען אנגעקומען אינעם ארטיגן בית החיים, אשר שם מנוחת כבודם פון הרה"ק רבי חנוך העניך מסאסוב קערעצקי זי"ע א איידעם ביים הייליגן קדושת יום טוב זי"ע. א באזונדערע מעמד התעוררות איז פארגעקומען ביים ציון פון הבתולה מרת אסתר ע"ה טאכטער פון הרה"ק מסאטמאר זי"ע, וואס די סאטמארע מוסדות אין מאנסי איז נקראת על שמה 'בית אסתר'. דערנאך האט מען פוקד געווען די ציונים הקדושים פון בעל קרן לדוד זי"ע, בעל שבט מיהודה זי"ע, דער נאסאדער רב זי"ע, און נאך.

נאך די עלי' לציונים הקדושים איז פארגעקומען א 'מסיבת לחיים' אינעם ארטיגן בנין הכנסת אורחים  ד'חצר הקודש סאסוב.

דערויף איז דער רב שליט"א אינאיינעם מיט די פמליא אנגעקומען אין שטאט סיגוט, רומעניע, ווי מען האט דארט אפגעראכטן די געהויבענע שבת קודש, אינעם היסטארישן 'שוהל הויף' וועלכע איז לעצטנס הערליך איבערגעבויעט געווארן אויף א הערליכע פארנעם אויפן אינצאטיוו פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א, אט דער נאסטאלגישע בית המדרש אשר קידשה לשעתה דורך די צדיקים לבית סיגוט וועלכע האבן דארט אפגעראכטן זייער עבודת הקודש מדור אחד דור, דער הייליגער ייטב לב זי"ע, דער הייליגער קדושת יום טוב זי"ע, און דער הייליגער עצי חיים זי"ע.

אין א באזונדערע שריט האט כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א באפוילן די הנהלה פונעם 'שוהל הויף' אז זיי אויפנעמען דעם שוואגער דעם רב שליט"א ביותרת הכבוד, און זיכער מאכן אז אלעס קלאפט על צד היותר טוב. אזוי אויך האט דער סאטמארער רבי שליט"א בחפץ לבו אוועקגעשאנקען זיין פריוואטע דירה אינעם שוהל הויף ספעציעל פארן געהויבענער גאסט.

כד עייל שבתא האט זיך דער גאנצער ציבור פארזאמלט אינעם בית המדרש צו תפלת מנחה און קבלת שבת, ווען דער רב איז צוגעגאנגען צום עמוד. מיט 'קבלת שבת' איז מכובד געווארן הרה"ח ר' מרדכי דוד עסטרייכער הי"ו, וועלכע האט מהנה געווען דעם ציבור בקולו הנעים. נאכן דאווענען איז פארגעקומען די סעודת ליל שב"ק אויף א דערהויבענע פארנעם בשירות ובתשבחות מתובל בדברי תורה, ובפרט מגזע עצי התמרים לשלשלת בית סיגוט, אזוי אויך האט מען געזינגען ניגוני בית באבוב לרגל די יומא דהילולא פון הרה"ק ר' שלמה מבאבוב זי"ע, א פעטער פונעם רב, וואס איז אויסגעפאלן יענעם שבת קודש ראש חודש אב. אזוי האט זיך פארצויגן די טיש אין א שפעטע שעה ביז 3:00 פארטאגס.

בצפרא דשבתא האט דער רב שליט"א פארגעדאווענט אלע תפלות, שחרית, הלל, תפלת מוסף, לקראת די יארצייט פון אמה הרבנית הצדיקת ע"ה א"ח פון יבלחט"א כ"ק אדמו"ר מבית חיים יהושע שליט"א, וואס געפאלט דעם קומענדיגן ערב שבת פ' דברים ז' אב. ביי קריאת התורה האט דער רב שליט"א געמאכט א מי שברך פאר זיינע שוואגער'ס כ"ק האדמורי"ם מסאטמאר שליט"א און אלע קינדער פון הרה"ק בעל ברך משה מסאטמאר זי"ע.

נאכן דאוונען איז אהערגעשטעלט געווארן א ברייטע קידושא רבא,  ווי דער רב שליט"א האט אויפגעטרעטן מיט דברות קודש, ווען אינצווישן זיינע ווערטער האט זיך דער רב עקסטער באדאנקט מעומק הלב באותות הכרה פאר הרה"ח ר' אשר ישעי' הורוויץ הי"ו, און הרה"ח ר' שלמה הערש עקשטיין הי"ו, וועלכע שטייען בראש פונעם 'שוהל הויף' במשך דעם גאנצע רונדע יאר זיכער צו מאכן אז אלעס איז אהערגעשטעלט על צד היותר טוב, ובפרט פארן עקסטער אהערשטעלן אלע נויטיגע הצטרכות אויף דעם שבת קודש. דערנאך איז פארגעקומען די סעודת צפרא דשבתא עם כל הקהל הקודש.

בעת סעודת רעוא דרעוין האט געהערשט א גרויסע התעוררות, זיגענדיג די ניגונים המקובל פון צדיקי בית סיגוט. און דערויף מוצאי שבת קודש איז פארגעקומען א הערליכער מעמד 'מלוה מלכה', ווי עס האט זיך אנגעזען עטליכע געסט וועלכע האבן געוויילט אויף שבת קודש אין אנדערע מקומות אין אייראפע.

 דאן האט זיך אויפגעשטעלט גראמען דער בדחנא דמלכא הרה"ח ר' מרדכי דוד עסטרייכער הי"ו, מיט דברי הכנה לקראת די עלי' לציון פון צדיקי בית סיגוט. ארויפקומענדיג צו די ציונים הקדושים האט מען געזאגט פרקי תהלים, און דערביי האט דער רב שליט"א משמיע געווען דברי התעוררות אז די הייליגע צדיקים זאלן זיין מליצי יושר בעדינו להוושע בכל מילי דמטיב, באזונדער האט דער רב שליט"א מעורר געווען אז די אלע נגידים ותומכים וועלכע טוהן במשך דעם גאנצן יאר ביישטייערן ריזיגע סכומים לטובת די מוסדות וקהלות הנקראת על שמם פון די הייליגע צדיקים, אז זיי זאלן זיין מליצי יושר בעדם.

זונטאג אינדערפרי איז מען אנגעקומען אין שטאט ראצפערט על יד ציון הקדוש פונעם הייליגן רבי הערצקא מראצפערט זי"ע, ווי מען האט געדאווענט תפלת שחרית, און עס איז געווען צוגעגרייט א ברייטע פת שחרית. פון דארט איז מען געפארן צום לופטפעלד מיט פעק ישועות און רפואות פאר גאנץ כלל ישראל און זכות פון די אלע צדיקים וקדושים וואס מען האט פוקד געווען אויף זייערע ציונים הקדושים להיפקד בדבר ישועה ורחמים.

Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image

שרייבט א קאמענט

-
00:00
00:00
Update Required Flash plugin
-
00:00
00:00