הויפט בלאט באריכט בהתאסף ראשי עם: היסטארישע כנסיה גדולי ישראל רופט אויס פשרה'לאזע מלחמת קודש קעגן ביטערע גזירת הגיוס

בהתאסף ראשי עם: היסטארישע כנסיה גדולי ישראל רופט אויס פשרה'לאזע מלחמת קודש קעגן ביטערע גזירת הגיוס

געשריבן דורך admin

מיטוואך פ' דברים • ה' אב תשפ"ה | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: שוקי לרר


כלל ישראל האט היינט מיטגעלעבט א היסטארישער טאג וואס וועט פאראייביגט ווערן בקורות בית ישראל אלס ערשטמאליגע געשעעניש פון "ויעשו כולם אגודה אחת לעשות רצונך בלבב שלם", קרוב צו צוויי הונדערט רועי ישראל ומנהיגי עדת ישורות האבן זיך פאראייניגט מטכס עצה זיין און אויסצורופן דעם מלחמת הקודש פון יהדות החרדית קעגן די ביטערע גזירת הגיוס בארה"ק, און אראפשטעלן דעם פשרה'לאזן דעת תורה הבהירה אז קיין שום בחור טאר זיך נישט שטעלן צום טמא'נעם מיליטער, און זיין גרייט דערויף מיט מסירת נפש.

א טאפנדע חרדת קודש האט ארומגעהילט די "סקאוי" זאל אינעם מעלת החמישה געגנט סמוך לשערי ירושלים, וואס איז געווען ארומגערינגלט מיט צענדליגער שולחנם של מלכים, באזעצט מיט א אויגפארכאפנדע מחזה נהדרה פון גדולי האדמורי"ם ורבנים וראשי ישיבות פון אלע שיכטן און קרייזן, מכל פנות ומחנות, אלעס מיט איי מטרה, אויסשרייען דעם וויי גשריי פון יהדות החרדית קעגן די גזירה איומה פון גיוס בני הישיבות.

כולם נקבצו באו, די רבי'ס און ראשי ישיבות האבן אפגעשטעלט זייער פארנומענעם סדר היום און עבודת הקודש און זיך מטריח געווען בטירחא דגברא רבא, צו באשיינען די צוויי שעה'דיגע כנסי' לשם שמים.

צו די באשטימטע צייט האט זיך אנגעהויבן די שטראם פון הונדערטער רבי'ס און רבנים וואס האבן באלאגערט דעם זאל, ולפי כבודם הראוי זענען זיי געווארן אפגעווארט און ענטפאנגען געווארן דורך די באשטימטע עסקנים ביי אלע אריינגענג צום זאל, וואו ס'איז געשטאנען ספעציעלע סעקיוריטי וואס האט אריינגעלאזט בלויז די געלאדענטע אדמורי"ם ורבנים און געציילטע גבאים.

דער זאל איז געווארן הערליך און ברייט אויסגעשטעלט ווי ס'פאסט זיך פאר מאן מלכי רבנן, מיט באשטימטע פלעצער פאר אלע משתתפי כבוד.

אין די ערשטע מינוטן האבן די אדמורי"ם ורבנים פארפירט שמועסן און ממתיק שיח געווען צווישן זיך, און דערנאך איז געעפנט געווארן די אסיפה דורכ'ן פה מפיק מרגליות הגאון רבי יצחק מאיר שטערנבוך שליט"א ר"מ בישיבת מיר, וועלכער האט בטוב טעם ודעת אנגעפירט די גאנצע אסיפה.

צוערשט האט ער אויסגערופן דעם מלהיב לבבות ישראל הגה"צ רבי אלימלך בידערמאן שליט"א מלעלוב, וועלכער פארגעזאגט פרקי תהילים און סליחות ופסוקי דרחמי מיט א קול חוצב להבות אש, ומה נורא המקום הזה ווען אזויפיל עמודי צלותהון דישראל ראשי עם קודש טוען אינאיינעם שופך שיח זיין לביטול רוע הגזירה.

דאן האט מען געהערט די דברים חוצבים דורך הגאון הגדול רבי חיים שמערלער שליט"א רב ביהמ"ד היכל צבי צאנז, וועלכער האט מרעיש געווען איבער די שרעקליכקייט פון די גזירה דורך די רשעי הציונים וואס ווילן גוזר זיין אז מיר זאלן זיין ככל העמים, רח"ל, און נאר מיט'ן כח פון מסירת נפש און כח התורה וועט מען זיי קענען מנצח זיין.

מיט א יראת הכבוד האט מען דאן געהערט די פלאם פייערדיגע דיבורים דורכ'ן זקן ראשי הישיבות פון די ליטווישע קרייזן, הגאון הגדול רבי מאיר צבי בערגמאן שליט"א, וועלכער האט מיט א קול געשטיקט פון טרערן און רגש ארויסגעברענגט די אומבאגרייפליכע סכנה פונעם מיליטער, און אז איינער גייט אהין איז ער ממש א "מאבד עצמו לדעת", מ'מוז זיך מוסר נפש זיין פארדעם, און מרביצי תורה מוזן דאס איבערגעבן פאר די תלמידים.

א סקרוך איז אריבער אין די ביינער ווען עס האט גענומען דאס ווארט כ"ק אדמו"ר מצאנז שליט"א, וועלכער האט אנגעהויבן דעם משא האסיפה מיט'ן אויסשרייען מנהמת לבבו "עת צרה היא ליעקב!" און ארויסגעברענגט אז ער האט געהאלטן אז מ'דארף נישט צאמרופן אן אסיפה, ס'איז דאך אזעלכע דברים פשוטים, מי האמין אז ס'וועט קומען דער צר ואויב און אנמאכן אזא ביטערע גזירה אויפ'ן קיום היהדות.

דער זאל האט אויפגעציטערט ווען דער רבי האט אויסגעשריגן דעם זעקת התורה: "ווער האט געגלייבט אז מ'וועט דארפן צאמרופן גדולי ומאורי הדור, אז וואס? מ'זאל לאזן ערליכע אידן בלייבן אידן! אין דעם איז תלוי די גאנצע קיום היהדות, די וואס האבן נעבעך געמיינט אז ס'איז נישט געפערליך און זענען געגאנגען אין מיליטער, די רגע זיי זענען דארט אנגעקומען, זיי זענען געפאלן עד עמקי התהום, עיני עיני יורדי מים על שבר בת עמי.

דער רבי האט אויסגעפירט אז די רשעים די ערב רב זוכן כל מיני גזירות אויף אונז, ווייל זיי קענען נישט צוקוקן ווי מיר וואקסן, און אז מיר וועלן שטיין פעלזן פעסט מיט'ן "ה' הוא האלקים" וועלן זיי נישט האבן קיין שליטה, נאר מ'דארף זען אפצוהיטן די נחשלים אחריך, אויף די בחורים אין ביהמ"ד האט מען נישט אזוי ווייט מורא ווי די שוואכערע, וואס אויף זיי לאקערט מען און מ'דארף טאן אלעס אין דער וועלט אז אויך זיי זאלן ח"ו נישט אנקומען אינעם מיליטער.

דערנאך האט מען געהערט די דיבורים קילורין לעינים דורך הגאון רבי חיים פיינשטיין שליט"א ראש ישיבת עטרת שלמה, איבער די וויכטיגקייט פון די ראשי ישיבות און משפיעים צו חזר'ן מיט די תלמידים צו שטיין איתן בדעתם נישט צו גיין אין מיליטער, וואס דאס איז עקירת כל התורה, ס'איז נישט עפעס וואס האט מיט פרומקייט אדער חסידות, נאר פשוט "כל באיה לא ישובון".

דאן האט מען געהערט די ווערטער דורך חכם רבי ציון מוצפי שליט"א ראש ביד"ץ בני ציון מגדולי הרבנים ביי די ספרד'ישע קרייזן, וועלכער האט אויסגערופן אז חס וחלילה צו מאכן פשרות, און ס'איז שוין העכסטע צייט אראפצושטעלן א פיס דורך א פאראייניגטע כלל ישראל, אז מיר וועלן זיך נישט בייגן, און נאר אזוי וועט בעז"ה נישט זיין א כליה פאר כלל ישראל.

א חרדת קודש האט ארומגענומען ווען מ'האט זוכה געווען צו הערן די פלאם פייערדיגע זעקת הקודש פונעם פאר הדור כבוד הגה"צ רבי יעקב מאיר שעכטער שליט"א, וועלכער האט אויסגעשריגן ממעמקי לבו הטהור "די מיליטער איז אפיקורסות, ווי קען מען אויסהאלטן די גזירה?! ווער דארף די מיליטער, דער רבוש"ע באשיצט אונז, נישט די מיליטער".

דאן האט מען געהערט די ווערטער פונעם עמוד ההוראה הגאון הגדול רבי יצחק זילבערשטיין שליט"א רב רמת אלחנן בני ברק, איבער די סכנה נוראה פון די מיליטער, און מ'דארף שטיין דערויף מיט מסירת נפש, נאכזאגנדיג דעם פסק פון חותנו הגדול פוסק הדור הגאון הרב אלישיב זצ"ל אז מ'מעג אפילו מחלל שבת זיך צו ראטעווען פון מיליטער.

מטעם די ספרד'ישע קרייזן האט מען געהערט דעם דבר ה' ברמה דורך הגאון רבי משה צדקה שליט"א ראש ישיבת פורת יוסף, וועלכער האט מרעיש געווען איבער די שווערע גזירה, מיר דארפן נישט די מיליטער, די איינציגסטע זאך וואס באשיצט אונז איז תורה ועבודה, און אפילו די מיליטער וואלט ווען געווען כשר, וואלט מען נישט געטארט אהינגיין, כ"ש ווען ס'איז עקירת כל התורה.

דורכאויס די אסיפה איז פארגעלייגט געווארן בריוו פון גדולי הדור וועלכע האבן זיך נישט געקענט פערזענליך באטייליגן מחמת חולשתם, און האבן פערזענליך אפגעשיקט מכתבי קודש פארצוליינען ביי די אסיפה.

דער יו"ר הגאון רבי יצחק מאיר שטערנבוך שליט"א האט פארגעליינט דעם מכתב קודש פונעם פוסק הדור הגאון האדיר רבי משה שטערנבוך שליט"א בעל תשובות והנהגות, הרה"ג ר' פנחס פריעדמאן שליט"א ראש הכוללים בעלזא האט פארגעליינט דעם מכתב קודש פון כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א, הגה"צ ר' משה בארזאווסקי שליט"א ראש ישיבת סלונים האט פארגעליינט דעם מכתב קודש פון אביו כ"ק אדמו"ר מסלונים שליט"א וועלכער האט זיך שוין געהאט געגרייט ארויסצופארן די אסיפה, אבער צוליב א לעצט-מינוטיגע חולשה האט ער זיך נישט געקענט באטייליגן, און הרה"ג ר' יוקל ווייס שליט"א ראש ישיבת ישועות משה וויזניץ האט פארגעליינט א מכתב קודש פון כ"ק אדמו"ר מוויזניץ שליט"א וואס וויילט די יעצטיגע טעג אין שווייץ אויף אפרו.

צום שלוס פון די אסיפה איז פארגעליינט געווארן די "החלטת האסיפה", דורך הגאון הגדול רבי יעקב מאיר שטערן שליט"א דומ"ץ וויזניץ.

די החלטת זענען אין קורצן ווי פאלגנד:

א) די עמלי התורה איז דער יסוד פון יהדות, און יעדע פרואוו זיי צו טשעפען איז א סכנה פאר'ן גאנצן כלל ישראל, יעדע סארט אפשרעקונג וועט נישט העלפן, מיר וועלן ממשיך זיין לערנען תורה אן א פשרות, און מיט מסירת נפש, כדרך אבותינו.

ב) ס'איז אן איסור חמור פאר סיי וועלכע חרדישע איד זיך צו שטעלן צום מיליטער, און ס'איז א פליכט אויף די עלטערן און מחנכים צו שטיין על המשמר אז זייערע קינדער זאלן ח"ו זיך נישט שטעלן.

ג) מ'דארף מרבה זיין תפלה סיי פריוואט און סיי בציבור, ספעציעל דעם קומענדיגן ער"ח אלול וועט אפגעראכטן ווערן א יום תפלה און צום חצי יום און ביטול מלאכה ווער ס'קען.

ד) ס'ליגט אן אחריות אויף מחנכים און רבנים, ראשי ישיבות וכוללים, מחזק זיין דעם ציבור און רעדן צו זיי איבער'ן געוואלדיגן חשיבות פון לימוד התורה אונטער אלע אומשטענדן.

די אסיפה איז געשלאסן געווארן דורך "קבלת עול מלכות שמים" דורך הגה"צ רבי יעקב מאיר שעכטער שליט"א, וואס האט אויפגעשטורעמט דעם זאל מיט זיינע הייליגע תנועות און פייערדיגע אויסשריי ביחוד שם הגדול.

***********

פאלגנד איז א דעטעלירטע ליסטע פון די אריבער הונדערט גדולי הדור מרנן ורבנן אדמורי"ם ראשי ישיבות רבנים ומרביצי תורה פון איבער גאנץ ארץ ישראל וואס האבן באשיינט בראש פונעם היסטארישן אסיפה כינוס לצדיקים אין מעלה החמישה נעבן ירושלים.

חברי מועצת גדולי התורה: כ"ק אדמו"ר מגור שליט"א, מרן אדמו"ר מוויזניץ שליט"א, כ"ק אדמו"ר מצאנז שליט"א, כ"ק אדמו"ר מסערט וויזניץ שליט"א, כ"ק אדמו"ר מביאלא שליט"א, און כ"ק אדמו"ר ממודזיץ שליט"א. די זקני רבני העדה החרדית פאר הדור הגה"צ רבי יעקב מאיר שעכטער שליט"א, און כ"ק אדמו"ר ממשכנות הרועים שליט"א.

די גדולי ליטא זקן ראשי הישיבות הגאון הגדול רבי מאיר צבי בערגמאן שליט"א, עמוד ההוראה הגאון הגדול רבי יצחק זילבערשטיין רב שכונת רמת אלחנן, הגאון הגדול רבי חיים פיינשטיין ראש ישיבת עטרת שלמה, און דער פוסק הגאון ר' עמרם פריעד שליט"א.

די גדולי האדמורי"ם: כ"ק אדמו"ר מסלאנים שליט"א, כ"ק אדמו"ר ממאחנובקא בעלזא שליט"א, כ"ק אדמו"ר מטשערנאביל שליט"א, כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא שליט"א, כ"ק אדמו"ר מדאראג שליט"א, כ"ק אדמו"ר מקרעטשניף שליט"א, כ"ק אדמו"ר מבוהוש שליט"א, כ"ק אדמו"ר מסטריקוב שליט"א, כ"ק אדמו"ר מנדבורנא ירושלים שליט"א, כ"ק אדמו"ר מדזיקוב וויזניץ שליט"א, כ"ק אדמו"ר מזוועהיל שליט"א, און דער זקן האדמורי"ם כ"ק אדמו"ר מנאראל שליט"א.

באזונדער האבן ארויסגעשיינט עטליכע אדמורי"ם ורבנים מארצות הגולה כ"ק אדמו"ר מתולדות יהודה שליט"א, כ"ק אדמו"ר מספינקא שליט"א פון 18 און הרה"צ רבי יעקב יוסף טווערסקי שליט"א זון פון כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א בשליחות הקודש.

און נאך פילע אדמורי"ם צווישן זיי האדמורי"ם משומרי אמונים פון בני ברק, אשדוד און ירושלים, סקולען ירושלים, שבט הלוי, ספינקא, ביאלא בני ברק, לעלוב פון צפניה, סטריקוב פון ירושלים, זוטשקא, קאמרנא, מעליץ, טשארנאביל, טאלנא פון אשדוד, קוזמיר, סאדיגורא ירושלים, חוג חתם סופר, אוזרוב, זוועהיל פון ירושלים, לעלוב פון בני ברק, זוטשקא אמסנא, קרעטשניף קרית גת , טרעבישאן, מיאלען, קודינוב, ראדזין, אונגוואר, גארליץ, אשלג פון אבן עזרא, באסטאן פון ביתר, באסטאן פון הר נוף, שידלובצא, בערגעסאז, ספינקא בני ברק, דעעש ירושלים, זידיטשוב בני ברק, ביאלא פשיסחא אשדוד, דזיקוב גבעת זאב, און ברעזאן.

די גדולי הרבנים והמשפיעים: הגה"צ המשפיע ר' צבי מאיר זילבערבערג, הרה"צ המשפיע רבי אלימלך בידערמאן, הגה"צ המקובל רבי אביש צענווירט שליט"א, הגה"צ רבי חיים יצחק אייזיק לאנדא גאב"ד בני ברק, הגה"צ רבי חיים ווייס גאב"ד ביתר, הגאון הגדול רבי שמואל אליעזר שטערן גאב"ד מערב בני ברק, הגה"צ גאב"ד קרית צאנז ירושלים, הגה"צ רבי משה מענדלזאן גאב"ד קוממיות, הגה"צ רבי מתתי' דייטש גאב"ד רמת שלמה, הגה"צ רבי סיני הלברשטאם גאב"ד צאנז שיכון ג', הגאון רבי ברוך מרדכי מינצבערג רב דקהל עדת המתמידים, הגאון רבי רבי בן ציון וואזנער אב"ד שבט הלוי בית שמש, הגאון רבי שמחה ראבינאוויטש בעל פסקי תשובות, הגה"צ אב"ד מאקאווא אשדוד, הגאון הגדול רבי יעקב מאיר שטערן רב שכונת קהילות יעקב, הגאון רבי פנחס פרידמאן ראש הכוללים דבעלזא, און הרה"צ רבי אליעזר יצחק דאנציגער בשליחות אביו הגדול כ"ק אדמו"ר מאלכסנדר שליט"א.

ראשי הישיבות הגאון הגדול רבי מיכל זילבער ראש ישיבת זוועהיל, הגאון הגדול רבי נפתלי נוסבוים ראש ישיבת חיי משה, הגה"צ רבי מנחם ארנסטר ראש ישיבת וויזניץ, הגה"צ רבי יוסף משה שניאורסון ראש ישיבת טשעבין, הגה"צ רבי אברהם שמואל בנימין סופר ראש ישיבת ערלוי, הגה"צ רבי הערשל ראבינאוויטש ראש ישיבת באיאן, הגה"צ רבי משה ברזובסקי ראש ישיבת סלונים, הגאון רבי מאיר הייזלער ראש ישיבת קאוונא, הגה"צ רבי יעקב לייפער ראש ישיבת פיטסבורג, הגאון רבי יוסף צאלער ראש ישיבת רוזין סאדיגורא, און הרה"ג ר' יוקל ווייס ראש ישיבת ישועות משה וויזניץ.

Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image

שרייבט א קאמענט

-
00:00
00:00
Update Required Flash plugin
-
00:00
00:00