הויפט בלאט באריכט ראשי ארגון "בוני עולם" בקודש פנימה ביי האד' מסקווירא צום עפענונג פונעם נייעם אפיס אין שיכון סקווירא

ראשי ארגון "בוני עולם" בקודש פנימה ביי האד' מסקווירא צום עפענונג פונעם נייעם אפיס אין שיכון סקווירא

געשריבן דורך admin

דינסטאג פ' דברים • ד' אב תשפ"ה | בחצרות הקודש


פארגאנגענעם זונטאג זענען אריין אל הקודש פנימה צו כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א הרב שלמה באכנער שליט"א מנהל ומייסד ארגון בוני עולם, אינאיינעם מיט די ראשי עסקני בוני עולם פון שיכון סקווירא מקבל צו זיין ברכת קדשו פון רבי'ן לרגל דאס עפענונג פון די נייע 'בוני עולם אפיס – סניף שיכון סקווירא'.

צוזאמען מיטן הנהלה זענען אריין די רבני מפעל "אורחות חיים" דחסידי סקווירא, ווי מ'האט באותו מעמד ממנה געווען איינע פון די חשובע מדריכי המפעל אלס דער בוני עולם קאונסלער.

דער רבי שליט"א האט זיך נאכגעפרעגט ביי ר' שלמה איבער די גרויסע פעולות פון בוני עולם בכל פרטיה ודקדוקיה, און די שטארקע אויפטוהונגען די לעצטערע יארן, און דערביי גאר ווארים אנגעוואונטשן די נייע קאונסלער מיט די עסקנים אז מען זאל האבן ווייטער סייעתא דשמיא אין די עבודת הקודש אין אלע פעולות נשגבות. דערביי האט זיך דער רבי שליט״א אנגערופן מיט א סכום הגון זאגענדיג אז פאר אזעלכע פעולות קומט זיך באמת אסאך מער.

נאכן באזוך בקודש פנימה איז מען אריבער צום שטוב פון הגאון הגדול ר' יוסף ישראל אייזנבערגער דומ"ץ שיכון סקווירא וואס וועט – אינאיינעם מיט די רבני בוני עולם און אורחות חיים – באגלייטן די הייליגע פעולת דורך די נייע אפיס, מיט אן עינא פקיחא אויף אלע ענינים.

Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image

שרייבט א קאמענט

-
00:00
00:00
Update Required Flash plugin
-
00:00
00:00