זונטאג פ' דברים • ב' אב תשפ"ה | בחצרות הקודש
בילדער קרעדיט: שראלי ב. ניסן ב. ,JDN
א גאר דערהויבענער שבת איז פאריבער בחצר הקודש סקווירא, וואו עס איז געוועהן צוגאסט דער אורח הדגול כ"ק אדמו"ר מסקולען מאנסי שליט"א וועלכע איז געקומען צופארן לעשות את השבת בצל קדשו פון כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א, זייענדיג א זעלטענע מחזה הוד, ווי די צווי רביים שליט"א מחבבין זה את זה און געבן זיך אפ יקרא דאורייתא מיט א אהבה גלוי' כמים פנים אל פנים.
ווי שוין ברייט אויסגעשמועסט דער קשר אמיץ פונעם סקולענער רבי'ן שליט"א צום סקווירא הויף, וואס איז יעצט געקומען צום אויסנאמליכן אויסדרוק, ווען דער סקולענער רבי פון מאנסי איז געקומען צו פארן מסתופף זיין בצלא דמהימנותא אין שיכון סקווירא.
די סקולענעא רבי האט מיטגעהאלטן דעם גאנצן שבת, מבואו ועד צאתו, כעבדא קמי' מרא און ווי א חסיד לפני רבו, און נישט ארויסגעוויזן קיין שום צייכענעס פון הנהגה, טראץ וואס דער רבי איז זעלבסט א רועה נאמן און מנהיג עדת ישורון, האט ער זיך מבטל געוועהן מיט הכנעה גמורה צום סקווערער רבי שליט"א, קומענדיג צו פארן מיט ממש געציילטע מקורבים, און האט זיך צוגעשטעלט צו אלע זמנים ביי אלע תפילות און טישן.
וכמים פנים אל פנים האט זיך ארויסגעוויזן די גרויסע התקרבות און הערצה יתירה וואס דער סקווערער רבי האט ארויסגעוויזן צום סקולענער רבי'ן, זייענדיג מכבד מיט די חשובסטע כיבודים ביקרא דאורייתא.
ערש"ק איז דער סקולענער רבי אנגעקומען צו די אכסניא אין שיכון סקווירא, אין שטוב פון הנגיד החסיד רבי מרדכי פנחס עסטרייכער, שפעטער איז די רבי אריבער צום דאווענען אין ביהמ"ד הגדול, דער רבי איז געזעצט געווארן ביים רעכטן זייט פון ארון הקודש, און איז מכובד געווארן צו דאווענען קבלת שבת, ווי די רבי האט פארגעדאוונט מיט א געוואלדיגע נעימות און מתיקות אויפ'ן סקולענער נוסח.
נאכ'ן דאווענען איז די רבי צוגעקומען זאגן גוט שבת פארן סקווירא רבי'ן וועלכע האט זיך אויפגעשטעלט לעומתו און צוריק אומיט א מאור פנים, עס איז דערביי פארפירט געווארן א קארצע שמועס בנועם שיח, די סקולענער רבי האט פארגעשטעלט זיינע קינדער וואס זענען מיטגעקומען אויף שבת, בנו הרה"צ רבי מנחם זאב חתן האדמו"ר מזידיטשוב באלטימאר, און די איידעמער הרה"צ רבי בעריש ווייס בן האדמו"ר מספינקא, הרב אלחנן חיים טייטלבוים נכד הגה"צ אב"ד נעפלעמיץ און הרב שלום פרידמאן נכד הגה"צ אב"ד אולם.
די סעודת שבת האט דער סקולענער רבי געגעסן בבית האכסניא מיט די בני המשפחה, און איז דערנאך אריבער צום שולחן הטהור, וואו ער האט מיטגעהאלטן דעם גאנצן טיש עד גמירא.
דורכאויס די טיש זענען אלע קינדער פון סקולענער רבי'ן מכובד געווארן מיט ניגונים, און די רבי שליט"א איז מכובד געווארן אנצוהייבן די תורה פארן סקווירא רבי'ן כנהוג. נאכן טיש האט דער סקווירא רבי מכבד געווען דער גאסט האדמו"ר מסקולען מאנסי מיט ברכת המזון על הכוס.
בצפרא דשבתא ביים ליינען איז מכובד געווארן מיט הוצאה והכנסה הרב ישעי' מיסקי פון די עסקנים פון מוסדות חסד לאברהם, און דער סקולענער רבי איז מכובד געווארן מיט די עליה פון אחרון חזק. אויך האבן עולה געווען די משמש בקודש פונעם סקולענער רבי'ן הרב חיים שלמה וויינשטאק הי"ו פון קרית יואל, און העסקן הדגול ר' אהרן בן ציון ווידער וואס איז אויך געווען צווישן די מקורבים וואס זענען מיטגעקומען מיטן סקולענער רבי'ן אויף שבת.
נאכ'ן דאווענען איז די סקולענער רבי אריבער אויף קידוש צום שטוב פון הרה"צ רבי אהרן מענדיל טווערסקי בנו הגדול פונעם סקווערער רבי'ן, און ארומגעשמועסט שיינע ענינים, שפעטער איז די רבי אריבער עסן די סעודה אין שטוב פון הנגיד הרב יום טוב ליפמאן דירנפעלד, און איז דערנאך אריבער צום מיטאג טיש בחצר הקודש סקווירא.
נאך מנחה האט די רבי פארגעלערנט א הפלאדיג'ן שיעור אין פרקי אבות אין גרויסן ביהמ"ד וואס איז געווען איבערגעפילט דורך א גרויסע ציבור חסידים, און עס האבן מיטגעהאלטן די סקווירא רבינ'ס קינדער הרבנים הגאונים הצדיקים, בתוך הדברים האט די רבי אויסגעדרוקט א שבח והודאה אויף די געוואלדיגע זכיה צו קענען מיטהאלטן א שבת אין אזא הייליג שטעטל וואס איז אויפגעשטעלט געווארן בקדושה וטהרה דורך הרה"ק מסקווירא זי"ע, און ווערט ווייטער נמשך בגאון ובעוז דורך יבדלחט"א דער רבי שליט"א.
ביי שלש סעודות איז דער סקולענע רבי מכובד געווארן מיטן זמר דרור יקרא, מיט הגבהת הכוס צום בענטשן, און די הרחמן'ס לרגל א ברית.
מוצאי שבת נאך מעריב איז די רבי אריין אויף א באזוך אל הקודש פנימה צום סקווירא רבי'ן דערביי ארויסברענגענדיג זיינע רגשי התפעלות נאכ'ן מיטהאלטן אזא שבת, און די רבי'ס האבן זיך געשיידט בברכת לטוב.
די סקולענער האט געמאכט הבדלה אין די אכסניא, און איז דערנאך אריבער צום שטוב פון הרה"ח ר' אליעזר זוסיא לעפקאוויטש הי"ו אין סקווירא שטעטל וואו עס איז אפגעהאלטן געווארן א עלעגאנטע מסיבת מלווה מלכה לטובת דער מוסד הקדוש חסד לאברהם אין שטאט קדימה, ווי עס האט באשיינט די מסיבה הרה"צ רבי אהרן מענדיל טווערסקי שליט"א בשליחות הקודש פון אביו הגדול דער סקווירא רבי, די מלווה מלכה האט זיך פארצויגן ביז די פריע פארטאגס שעה'ן בזמירות שירות ותשבחות און סיפורי צדיקים כמנהג חסידים.