הויפט בלאט באריכט ניו דזשערזי: געהויבענער שבת 'ושכנתי בתוכם' בצל האד' מוויזניץ מיוחד פאר צעירי האברכים חסידי וויזניץ

ניו דזשערזי: געהויבענער שבת 'ושכנתי בתוכם' בצל האד' מוויזניץ מיוחד פאר צעירי האברכים חסידי וויזניץ

געשריבן דורך admin

מיטוואך פ' מטות מסעי • כ"ז תמוז תשפ"ה | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: JDN


מיט גאר געהויבענע האבן די פילע אינגעלייט צעירי האברכים דחסידי וויזניץ אין אמעריקע מיטגעלעבט אן ערשטמאליגן שבת 'ושכנתי בתוכם' בצל הקודש פון רבם ומאורם כ"ק אדמו"ר מוויזניץ שליט"א, וועלכער איז אין די טעג צוגאסט אין אמעריקע און האט מייחד געווען צו פּראווען דעם שבת קודש פרשת פנחס ספּעציעל פאר די יונגערע חסידים די אינגעלייט וועלכע זענען אנגעשלאסן אין די חבורות אינערהאלב די עדה קדושה חסידי וויזניץ אין אמעריקע.

דער שבת איז אפגעראכטן געווארן אינעם פּראכטפולן 'מאריאט האטעל' אין וואודברידזש ניו דזשוירזי, און איז – מבואו ועד צאתו – געפּראוועט געווארן אויף אן אויסטערלישן פארנעם וואו די חסידים האבן געהאט די זכי' נהנה צו זיין פון א באזונדערן נאנטקייט ביים רבי'ן וועלכער האט זיך אראפּגעלאזט צו זיי ווי א טאטע צו זיינע קינדער, און צווישן אנדערע האבן אלע חסידים געהאט די זכי' במשך דעם שבת צו משמש זיין ביים רבי'ן לויט א ספּעציעל באשטימטן סדר.

פרייטאג נאכמיטאג בעפאר'ן ליכט צינדן האבן די חסידים זיך פארזאמלט אויף א ספּעציעלן מעמד התעוררות בראשות דעם רבי'ן שליט"א וואו מען האט געזינגען ווארימע ניגונים און דער בדחנא דמלכא הר"ר משה שמואל ראזענבערג האט משמיע געווען חרוזים בגודל קדושת הזמן, דאן האבן די פרויען געצינדן ליכט ביים ווינקל פונעם זאל בשעת דער ציבור איז ממשיך מיט ניגוני התעוררות און דער רבי האט משמיע געווען קורצע דברי הכנה ארומרעדנדיג איבער קדושת השבת בכלליות און וויאזוי מען דארף זיך גרייטן אפּצורעכטן אזא געהויבענעם שבת.

צו די באשטימטע צייט איז דער רבי אריינגעקומען צו מנחה און צוגעשיקט צום עמוד הרה"ג ר' חיים זאב אוביץ דומ"ץ וויזניץ לעיקוואד, בעפאר קבלת שבת האט דער רבי אויפגעטרעטן מיט א לענגערע שיחת קודש איבער דעם ענין ווי דער שב"ק דארף אויפהייבן א איד און ארומגערעדט וויאזוי די צדיקי בית וויזניץ האבן אריינגעקאכט אין א שבת. דאן האט דער רבי צוגעשיקט צו קבלת שבת בנו יחידו הרה"צ ר' חיים מאיר האגער שליט"א און דער רבי האט פארגעזאגט מזמור לדוד פסוק בפסוק, לכבוד פ' פנחס פרשת המועדים האט מען געזינגען לכה דודי אינעם יום טוב'דיגן נוסח.

נאכ'ן דאווענען זענען אלע חסידים אריבער לפני הקודש זאגן גוט שבת פאר'ן רבי'ן און דערנאך האט דער רבי געבענטשט בכלליות דעם גאנצן ציבור מיט ברכת הבנים, דאן איז דער גאנצער עולם געגאנגען פראווען די סעודה מיט גרויס דערהויבנקייט.

ארום איינס אזייגער ביינאכט איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור און אנגעהויבן די זמירות פון פאר קידוש. דורכאויס די גאנצע סעודה האט די היימישע  קאפעליע אנגעהויבן פילע ווארימע ניגונים שטייטע און לעבעדיגע, אזוי אויך האט דער רבי פון צייט צו צייט אליין אנעהויבן ניגוני קודש.

נאך די פיש האט דער רבי געוואונטשן לחיים פאר'ן עולם און האט ווידעראמאל משמיע געווען קורצע דברות קודש איבער קדושת השבת, דערנאך האט דער רבי פארגעזינגען כל מקדש און מ'האט געזינגען דעם יום טוב'דיגן מנוחה ושמחה.

ביים שטעלן וויין האט דער רבי געשטעלט וויין לרגל די שמחות לידת הצאצאים ביי זיינע אייניקלעך הרב חיים מאיר כ"ץ זוהן פון חתנא דבי נשיאה הרה"צ ר' משה מרדכי כ"ץ און הרב בעריש פריעדמאן איידעם פון רבי'נס זוהן הרה"צ ר' חיים מאיר. באזונדער האט דער רבי געשטעלט וויין לרגל די יארצייט פון הייליגן ישמח משה זי"ע וועמנ'ס הילולא עס געפאלט די קומענדיגע וואך.

דער רבי האט פארגעזינגען דעם ניגון 'ושויתי' און דאן אנגעהויבן די לענגערע דברות קודש, וואו ער האט משלב געווען דעם ענין פון קדושת השבת און קדושת התורה און ווי חז"ל זאגן אז הכל מודים דבשבת ניתנה תורה, דער רבי האט אויך ארומגערעדט איבער דביקות לצדיקים און וויאזוי די אדמורי"ם לבית וויזניץ פלעגן אפּרעכטן א שבת מיט אזא פלאם און דביקות, דערנאך האט מען געזינגען הילוכך און דאן האט דער רבי מכבד געווען בנו יחידו הרה"צ ר' חיים מאיר צו בענטשן אויפ'ן כוס און נאכ'ן בענטשן האט מען זיך אויפגעשטעלט טאנצן.

שפעטער איז דער רבי אריינגעקומען צום פירות טיש וואו ער האט געשטעלט פירות לכבוד די שמחות ביי די אייניקלעך און דערנאך געטיילט פירות פאר'ן גאנצן ציבור, מען האט געזינגען צור משלו און דער רבי האט דאן משמיע געווען א לענגערע שיחת קודש מיט פארשידענע הדרכות פאר די צעירי החסידים, און דערביי געשילדערט איבער'ן יראת שמים און עבודה פון די אמאליגע געהויבענע חסידים. דערנאך האט מען געזינגען ק-ה אכסוף און רבי האט פארגעזינגען ק-ה רבון מיט'ן באוואוסטן וויזניצער מעלאדיע, מען האט דאן ממשיך געווען מיט זמירות און ניגונים ביז אין די פריע פארטאגס שעה'ן ווען מען האט באגלייט דעם רבי'ן צום אכסניא בשירה וזמרה.

שבת אינדערפרי איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ"ד און געזאגט תהלים און דערנאך האט מען אנגעהויבן דאווענען, צו פסוקי דזמרה איז צוגעגאנגען הרה"ג ר' מענדל זילבער דומ"ץ וויזניץ מאנסי און צו שוכן עד דעם רבי'נס אייניקל הרב שלו' שמחה האגער, ביי תתברך האט מען געזינגען אזוי ווי אין די ימים טובים.

דער רבי איז געגאנגען פתיחה און האט עולה געווען ששי, דער רבי האט דערביי געמאכט א מי שבירך פאר די אייניקלעך די בעלי שמחה און פאר די עסקנים און גרעסערע תומכים פונעם שבת, און באזונדער פאר די וועלכע האבן אים געקויפט פתיחה און די עלי' פון ששי פאר גאר א גרויסן סכום, דערנאך האט דער רבי געבענטשט ראש חודש בהתעוררות רב און צוגעשיקט צו מוסף דעם אייניקל הרב חיים מאיר כ"ץ.

ביי שלש סעודות האט דער רבי פארגעזינגען בני היכלא כנהוג און דאן מכבד געווען צו זינגען דריי  מאל מזמור לדוד וואס מען האט געזינגען מיט ניגוני ימים נוראים, מען האט דאן אויך געזינגען די ניגונים פון 'חמול' און 'עוד יזכור לנו', און ביי די דברות קודש האט דער רבי בתוך דבריו ארומגערעדט בגודל הענין פון קדושת ביהמ"ד. בעפאר מעריב מוצאי שבת האט מען געטאנצט אויפ'ן ניגון פון נעילת החג.

נאך הבדלה האט דער רבי אויפגעטרעטן מיט דברי פרידה וואו ער האט ארומגערעדט איבער די גרויסקייט פון אזא שבת וואס מ'האט דא אפּגעראכטן, און דערביי משמיע געווען פארשידענע הדרכות פאר די חסידים וואס זיי זאלן מיט זיך מיטנעמען, און דערנאך האט בדחנא דמלכא הרב משה שמואל ראזענבערג משמיע געווען חרוזים ארויסגעבנדיג אין גראמען די רגשי הלב פון אלע חסידים נאכ'ן מיטלעבן אזא געהויבענעם שבת.

ביים ענדע האט דער רבי זיך אויפגעשטעלט טאנצן, און מען האט דערנאך ארויסבאגלייט דעם רבי'ן מיט'ן ניגון ימים על ימי מלך תוסיף, דערנאך האבן אלע חסידים זיך ארויסגעלאזט יעדער צוריק אהיים מיטנעמענדיג מיט זיך די רגשי קודש פון דעם געהויבענעם שבת אויף שטענדיג.

Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image

שרייבט א קאמענט

-
00:00
00:00
Update Required Flash plugin
-
00:00
00:00