דינסטאג פ' מטות מסעי • כ"ו תמוז תשפ"ה | בחצרות הקודש
בילדער קרעדיט: אברומי בערגער, אשי וויינגארטען,JDN
אין מחנה מתיבתא נחלת יעקב וויען אין לאק שאלדעריק איז דעם ערב שבת פארגעקומען די שמחת ברית מילה פון א איר אייניקל ביי כ"ק האדמורי"ם מוויזניץ און וויען שליט"א, דער רך הנולד איז א זוהן פון הרב חיים מאיר כץ שליט"א, זון פון הגה"צ ר' משה מרדכי כץ שליט"א, און איידעם ביי הרה"צ ר' יהושע העשיל היילפערין שליט"א, זון פון הגה"צ אבד"ק ראדאמישלא בארא פארק שליט"א, און איידעם ביי כ"ק אדמו"ר מדעעש וויליאמסבורג שליט"א, די שמחה איז פארגעקומען אין שפיץ פון די געהויבענע זיידעס האדמורי"ם שליט"א, ובראשם כ"ק אדמו"ר מוויזניץ שליט"א וואס איז צוגאסט די טעג אין ניו יארק.
די וויזניצע רבי איז שוין ארויסגעפארן צו די קאנטרי בערג ליל שישי, צום שמחת הוואך נאכט. די זיידעס האדמורי"ם והרבנים האבן זיך געוואונטשן מזל טוב, די וויזניצער רבי האט פארגעזינגען אודה און מען האט געזינגען נאך פילע ניגוני שמחה, צום שלוס האט מען אריינגעברענגט דעם רך הנימול און מען האט געליינט קריאת שמע, דערנאך זענען די די ילדי החמד דורך ביים וויזניצער רבי'ן שלום נעמען.
צומארגנס פרייטאג ביים שמחת הברית איז די זיידע די וויזניצער רבי מכובד געווארן מיט סנדקאות, כ"ק אדמו"ר מוויען שליט"א איז מכובד געווארן מיט ברכות, כ"ק אדמו"ר מדעעש שליט"א מיט קריאת השם, און הגה"צ אב"ד ראדאמישלא שליט"א מיט עמידה לברכות, ויקרא שמו בישראל אליהו אריה נאכן זיידן הגה"צ אבד"ק אשוי זצ"ל.
נאכן ברית האבן זיך די אדמורי"ם שליט"א געוואשן צום סעודת ברית, ביי וועלכן די זיידע די וויזניצער רבי שליט"א האט פארגעזינגען יום ליבשה און משמיע געווען דברות קודש ארומרעדנדיג בשבחם פון די חשובע זיידעס און בעלי השמחה, נאכן סעודה האט זיך דער רבי שליט"א ארויסגעלאזט קיין וואודברידזש ניו דזשערזי, אויף די ספעציעלע שבת "ושכנתי בתוכם" אינאיינעם מיט די צעירי האברכים פון די קהילה אין ניו יארק.