הויפט בלאט באריכט האד' מסאטמאר באזוכט ביי עטליכע בוי פראיעקטן לענגאויס קרית יואל רבתי אהערצושטעלן ביליגע דירות לטובת הציבור

האד' מסאטמאר באזוכט ביי עטליכע בוי פראיעקטן לענגאויס קרית יואל רבתי אהערצושטעלן ביליגע דירות לטובת הציבור

געשריבן דורך admin

מאנטאג פ' מטות מסעי • כ"ה תמוז תשפ"ה | בחצרות הקודש


נעכטן זונטאג איז כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א אנגעקומען קיין קרית יואל, וואו דער רבי האט געדאוונט שחרית אין בנין ישיבה קטנה "בנין מענדל שווימער", העכער ביהמ"ד בית כהנא דקהל יטב לב, אויף חברון רד. דערנאך איז דער רבי ארויפגעגאנגען צום אהל הקדוש אין בית החיים, שטייענדיג למחרתו פון די יארצייט פון אמא של מלכות, הרבנית הצדיקת מרת פעסיל לאה עליה השלום, א"ח כ"ק אדמו"ר בעל ברך משה מסאטמאר זי"ע, וואו דער רבי שליט"א האט געזאגט תהלים און מסיים געוועהן משניות לעילוי נשמתה.

דאן איז דער רבי שליט"א אריבער אין שטוב פון בנו הגה"צ אבד"ק סאטמאר ירושלים שליט"א, וואו עס האט זיך ווידעראמאל איבערגעשפילט דאס הערליך בילד ווי א גרעסערע קבוצה נדיבים בעם, חסידי סאטמאר תושבי קרית יואל, גייען אריין בקודש פנימה און שרייבן אונטער שטרות מיט זייער נדבה לטובת הקהלה והרחבת גבולי', בחתימת יד קדשו פון רבי'ן שליט"א, וואס האט יעדן באזונדער מאציל געווען מברכותיו הקדושות. די נדיבים בעם האבן זיך דערמיט אנגעשלאסן אין די געהויבענע מסע הקודש קיין אייראפע בראשות פונעם רבי'ן שליט"א, קומענדיגן חודש חשון תשפ"ו הבעל"ט.

דערנאך איז דער רבי שליט"א ארומגעגאנגען באזוכן ביי עטליכע שטחים אין קרית יואל רבתי, וואו עס קומט פאר העפטיגע בוי ארבעט דורך די בארימטע "ליוולענד" פירמע, אונטער די פירערשאפט פון די שותפים לדבר מצוה, הנגידים החשובים, הר"ר לוי יצחק שווארץ הי"ו און הר"ר יוסף יוזפא לאנדא הי"ו, חברי הנהלת הקהלה דקהל יטב לב סאטמאר קרית יואל. דער רבי שליט"א האט אויסגעדרוקט רצון קדשו צו באזוכן ביי עטליכע פלעצער, ארויסצוהייבן און מחזק צו זיי די געטרייע שותפים וועלכע זענען געווען די סאמע ערשטע נחשונים לדבר מצוה, צו אראפברענגען די הויכע פרייזן אין קרית יואל, צו בלויז 300 דאלער פער סקווער פיס, און אין די נייערע געגנטער צו בלויז 250 דאלער פער סקווער פיס.

דער רבי שליט"א איז צום ערשט אנגעקומען אויף א באזוך ביי די "פאלם טרי דעוועלאפמענט" אויף חברון רד., בשכינות פון ביהמ"ד בית כהנא, און באטראכט די העפטיגע בוי ארבעט אויף עטליכע בנינים וואס די סטרוקטורן ציען זיך ארויף אין די יעצטיגע טעג. די אנוועזנדע חברי הנהלת הקהלה האבן צוגעוויזן פארן רבי'ן שליט"א וואו עס וועט געבויעט ווערן די נייע "מקוה טהרה" למען טהרתן וקדושתן של ישראל, צום באנוץ פון די טויזנטער משפחות אין די גאנצע געגנט.

דערנאך איז דער רבי שליט"א צוגעפארן באזוכן ביי די נייע ריזיגע "איילענד טיים סופערמארקעט" וואס מארשירט פאראויס אין די יעצטיגע וואכן, און וועט געעפנט ווערן אין די קומענדיגע חדשים, אונטער די שטרענגע השגחה פון די "סאטמארער כשרות" דקהל יטב לב. דער רבי שליט"א האט אויסגעדרוקט קורת רוח צו זען די ריזיגע געביידע וואס שטייט על מכונו, און וועט סערווירן די טויזנטער משפחות אין קרית יואל בכלל און די סאטמארער קהילה בפרט מיטן העכסטן סטאנדארט פון כשרות. די שותפים לדבר מצוה האבן געצייגט פארן רבי'ן די באזונדערע פליגל וואו עס וועט ווערן איינגערישט די בארימטע "סאטמאר פלייש" געשעפט, מיט א פריוואטע אריינגאנג און איינריכטונגען אלס באזונדערע אפטיילונג אינעם ריזן סופערמארקעט.

דאן האט דער רבי שליט"א באטראכט די פלענער פון די ריזיגע שטחים נעבן די סופערמארקעט, וואו עס וועט געבויעט ווערן די נייע "איילענד עסטעיטס דעוועלאפמענט" מיט העכער 1,500 דירות, פאר שפאט ביליגע פרייזן פון "בלויז 250 דאלער פער סקווער פיס". דער רבי שליט"א האט זיך אינטערעסירט אין די אנטוויקלונגען און איבער די אויסשטעל פון די גאסן, און מאציל געווען ברכת קדשו אז אלעס זאל גרינגערהייט באשטעטיגט ווערן און מ'זאל קענען אנהייבן די בוי ארבעט ווי אמשנעלסטן.

אויפן שטח פון די "איילענד עסטעיטס דעוועלאפמענט" האבן די אנוועזנדע חברי הנהלת הקהלה געוויזן דער שטח וואס איז באשטימט געווארן צו דינען אלס שטח הביהמ"ד דקהל יטב לב, מיט א פראכטפולער ריזיגער סאטמארער בית המדרש פאר די אומגעגנט. 

פון בלומינג גראוו איז דער רבי שליט"א געפארן באזוכן דעם הערליכן ישוב אין "טשעסטער", וואו א גרויסע צאל דירות זענען שוין פולקאם גרייט, און די ערשטע צענדליגער משפחות גרייטן זיך שוין זיך אריינצוציען אין די דירות אין די טעג פון חודש אלול הבעל"ט. דער רבי שליט"א וועלכער האט מיטגעהאלטן די שוועריגקייטן אין לויף פון די לעצטערע יארן, האט אויסגעדרוקט רצון קדשו, צו זען פון דערנאנט די פרייליכע אנטוויקלונגען מיטן שליכטן אלע פראבלעמען און מאכן די לעצטע צוגרייטן זיך אריינצוציען אין די דירות בעז"ה.

דער רבי האט ארומשפאצירט אויף די גאסן צווישן די הערליכע הייזער, און דערנאך זיך אומגעקוקט אויפן פראכטפולן בנין ביהמ"ד גדול ומפואר דקהל יטב לב, וואס איז געבויעט געווארן דורך די בארימטע דעוועלאפער, וועלכער זענען באקאנט מיט זייער רעפוטאציע צו בויען הערליכע שולן מיט הרחבת הדעת ווי עס פאסט פאר א בית מקדש מעט.

דער רבי שליט"א איז אריין אין איינע פון די פארטיגע דירות אינעם דעוועלאפמענט צו א מסיבת לחיים, און נאכאמאל אנגעוואונטשן די חשובע שותפים לדבר מצוה, זיי זאלן מצליח זיין אין אלע פראיעקטן, א דאנק זייער אויסטערלישע שריט אראפצוברענגען די הימל-שרייענדע פרייזן אין קרית מלך רב קרית יואל.

Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image

שרייבט א קאמענט

-
00:00
00:00
Update Required Flash plugin
-
00:00
00:00