מאנטאג פ' מטות מסעי • כ"ה תמוז תשפ"ה | בחצרות הקודש
בילדער קרעדיט: א.פ.ק.
דער הייליגע שטעטל לודמיר אין אוקראיינע איז דעם דאנערשטאג פארוואנדלט געווארן אלס א תל תלפיות, פאר הונדערטער חסידים ואנשי מעשה מכל קצוות תבל ובראשם דער קבוצה נכבדה אין שפיץ פון כ"ק אדמו"ר מטשערנאביל שליט"א אינאיינעם מיט אריבער הונדער פופציג חסידים נדיבי ותומכי בנין ביהמ"ד הגדול והחדש דחסידי טשערנאביל, וועלכע האבן געפראוועט די הילולא קדישא פונעם צדיק נשגב הרה"ק רבי שלמה קארלינער זי"ע השם ינקום דמו, באתרא דמר.
די הילולא האט זיך אנגעהויבן מיט א פרייליכע מאורע פון הכנסת ספר תורה וואס איז אריינגעגעבן געווארן לביתו נאווה קודש פונעם צדיק די בעל הילולא.
ווען די טשערנאבילער רבי שליט"א איז ערשינען בשערי לודמיר איז די רבי צוגעפארן צום נייעם זאל וואס ווערט נתחנך אינעם מעון הצדיק שע"י הכנסת אורחים לודמיר, דער רבי האט קובע געווען א מזוזה ביים טיר פונעם נייעם זאל, און דערנאך האט מען געדאווענט א פייערדיגע תפילת מעריב ברוב עם, אין דעם מקום קדוש וואס איז אנגעזאפט מיט די הייליגע תפילות וואס דער צדיק האט אראפגעלייגט בשלהבת אש קודש.
נאך מעריב האט מען זיך ארויסגעלאזט אין ריקודין לכבוד שמחת התורה ווען דער נדבן הספר תורה הרה"ג רבי יעקב דב בלייך שליט"א – הויפט רב פון אוקריינע האט אריינגעפירט דעם ספר תורה אינעם זאל. דער רבי האט האט איבערגענומען די ספר תורה און האט אפגעראכטן די הקפות מיט גרויס דביקות, דערנאך האט די רבי מכבד געווען די רבנים חשובים פון די קהילות אין אוקריינע, די עסקני לודמיר, און די בני משפחת המלוכה צו טאנצן מיט די ספר תורה בעת די רבי איז מעודד די ריקודין מיט גרויס התלהבות. נאך די ריקודין האט דער נדבן אריינגעפירט די ספר תורה צום צייטוויליגן ארון קודש, און צאמארגנס ערב שבת הארט פארן כניסת הזמן איז אפגעראכטן געווארן די תהלוכה מיט די ספר תורה צום היכל ביהמ"ד אין לודמיר בכלי זמר ושיר כמקובל מקדמת דנא אין טאג פון רבי שלמה קארלינער'ס יאהרצייט כ"ב תמוז.
דערנאך האט דער רבי שליט"א אפגעראכטן א שולחן לחיים לגומרה של תורה ולכבוד היום, וואו די רבי האט משמיע געווען דברות קודש בגודל קדושת המקום והזמן, און דערנאך מכבד געווען אחיו הגה"צ רבי יעקב מרדכי טווערסקי אבד"ק טשערנאביל אלעד, און די קינדער הרבנים צו דערציילן סיפורים פונעם בעל ההילולא.
דאן איז די רבי ארויף צום ציון קודש הקדשים מלא אימה והתעוררות, וואו דער רבי האט זיך אויסגעדריקט אז צדיקים הקודמים האבן מורא געהאט אריינצוגיין אינעם ציון הק' פון רבי שלמה קארלינער זי"ע מחמת גודל קדושתו. די רבי איז טאקע פארבליבן ביים טיר פונעם אוהל הקדוש, און דארט פארגעזאגט די מזמורי תהילים און מתפלל געווען מיט גרויס התעוררות לישועתן של ישראל.
שפעטער איז פארגעקומען די סעודת הילולא רבתי לכבודו של צדיק צוגעשטעלט בהרחבה דורך די וועד הכנסת אורחים אין לודמיר. באישון ליל האט דער רבי שליט"א מיט די פמליא פארלאזט לודמיר אויפן וועג קיין ליזענסק לקראת שבת מלכתא.