הויפט בלאט באריכט מעמד קביעת מזוזות וחנוכת הבית פון ביהמ״ד "דברי שמחה ציעשנוב" אין קרית יואל בראשות האד' מסאטמאר

מעמד קביעת מזוזות וחנוכת הבית פון ביהמ״ד "דברי שמחה ציעשנוב" אין קרית יואל בראשות האד' מסאטמאר

געשריבן דורך admin

מיטוואך פ' פנחס • כ' תמוז תשפ"ה | בחצרות הקודש


דעם מוצאי שבת האט כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א באשיינט די מעמד קביעת מזוזות וחנוכת הבית פונעם נייעם פראכטפולן ביהמ"ד "דברי שמחה ציעישנוב" וואס איז נתחנך געווארן ברוב פאר והדר אין עיר הצדק קרית יואל בנשיאותו פונעם מלהיב לבבות ישראל הגה"צ רבי שלמה רובין שליט"א אב"ד ציעישנוב קרית יואל, על שמו ולזכרו פון זיין גרויסן זיידן הרה"ק המפורסם רבי שמחה ישכר בער מציעשנוב זי"ע.

די ציעשנובער רב שליט"א וועלכע איז א פלאמעניק פונעם סאטמארער רבי שליט"א, זייענדיג אן איידעם ביים רבינס שוואגער הגה"צ גאב"ד סאטמאר מאנטריאל שליט"א חתנא דבי נשיאה פון הרה"ק בעל ברך משה מסאטמאר זי"ע, האט איינגעלאנדט דעם רבי'ן מרא דאתרא הדין צו קומען באשיינען די מעמד און מחנך זיין דעם הערליכן בית גדול לתורה ולתפילה.

ביים אנקומען האט די רבי שליט"א צום ערשט קובע געווען א מזוזה ביים הויפט אריינגאנג פונעם נייעם ביהמ"ד, און דערנאך ערשינען אינעם היכל און אפגעראכטן א שולחן לחיים לכבוד המאורע, ווי דער רב שליט"א האט משמיע געווען א דרשה מאמרותיו הנעימים, און דערמאנט פון זיינע זכרונות ווען ער האט זיך אריבערגעצויגן קיין קרית יואל מיט 28 יאר צוריק ווי דער פעטער זאל זיין געזונט דער רבי שליט"א איז אים געשטאנען צו די האנט און ארויסגעהאלפן אזוי געטריי, און דאס האלט נאך אן מאז ועד עתה. דערנאך האט דער רבי משמיע געווען ברכת הקודש און ארויסגעברענגט די שיינקייט פון דעם ביהמ"ד מיט אירע פילע מתפללים און לומדים און ווארעם אנגעוואונטשן פארן רב שליט"א ער זאל ווייטער קענען מלהיב זיין לבבות ישראל עד ביאת הגואל, דערנאך האט די רבי געוונטשן א גוטע וואך פארן גאנצן ציבור און פארלאזט די מעמד.

Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image

שרייבט א קאמענט

-
00:00
00:00
Update Required Flash plugin
-
00:00
00:00