דינסטאג פ' פנחס • י"ט תמוז תשפ"ה | בחצרות הקודש
דעם זונטאג נאכט אור ליום י"ח תמוז איז אויסגעפאלן די יומא דהילולא קדישא פון כ"ק אדמו"ר מנאראל זצ"ל משרידי דור הישן ומעתיקי השמועה וואס איז נסתלק געווארן מוצאי שבעה עשר בתמוז אין יאהר תשס"ז, א גרויסן יארצייט סעודה איז אפגעראכטן געווארן אין ביהמ"ד הגדול סאטמאר אין שכונת זכרון מאיר אין בני ברק בראשות בנו ממלא מקומו כ"ק אדמו"ר מנאראל שליט"א.
דער פני המזרח איז באשיינט געווארן דורך פילצאליגע רבנים חשובים און אנשים מכבודים, צווישן זיי: כ"ק אדמו"ר מקוידינוב שליט"א, הגה"צ רבי אליעזר דוד שפירא שליט"א אב"ד צאנז בני ברק, הגה"צ רבי יחיאל מיכל שדרוביצקי מסטרעטין, הגה"צ רבי נפתלי רייזמן שליט"א דומ"ץ בעלזא בני ברק, הגה"צ רבי אברהם שלמה כ"ץ מריסקאווא דומ"ץ סאטמאר בני ברק און נאך פיל.
באלד נאכן זיך וואשן צום סעודה האט הגה"צ רבי אהרן שפירא אבד"ק נאראל נכד בעל ההילולא מסיים געוועהן מס' שבועות אין ראם פון דף היומי און אויפגערטעטן מיט א קורצע דרשה לכבוד היום, דערנאך האט כ"ק אדמו"ר מנאראל שליט"א געטרינקען לחיים און געוואונשטן אז דער זכות פונעם בעל ההילולא זאל מגין זיין לכל מיני ישועות, און די טעג זאלן נתהפך ווערן לששון ולשמחה.
מיטן דרשת נואם הכבוד האט אויפגעטרעטן דער גאסט פון אמעריקא הגה"צ רבי ישכר רובין שליט"א אבד"ק קאזניץ אן אייניקל פונעם בעל ההילולא וועלכע האט זוכה געווען צו געניסן פון אן אויסטערלישער חביבות און נאנטשאפט ביים גרויסן זיידן דער נאראלער רב זצ"ל, וועלכע האט כסדר ארויסגעוויזן אן אויסנאמליכע הערצה וחבה מיוחדת פאר דעם אייניקל. דער רב שליט"א האט ארומגערעט מיט דברי זיכרון באגלייט מיט פערזענליכע זכרונות עובדות און סיפורים.
היינט מאנטאג איז די רבי שליט"א ארויף צום ציון הק' במרומי הר המנוחות בראש קהל חסידיו, וואו דער רבי האט פארגעזאגט די מזמורי תהילים און געזאגט קדיש. ווי אויך איז דער רבי צוגעגאנגען צום ציון הקדוש פונעם הייליגן בעלזער רב זי"ע הארט דערנעבן און דארט מתפלל געוועהן א תפילה קצרה לישועתן של ישראל.