הויפט בלאט באריכט געהויבענעם 'שבתא דריגלא' בחצה"ק צאנז קלויזנבורג צום 31'סטע יארצייט פון הרה"ק מצאנז קלויזענבורג זי"ע

געהויבענעם 'שבתא דריגלא' בחצה"ק צאנז קלויזנבורג צום 31'סטע יארצייט פון הרה"ק מצאנז קלויזענבורג זי"ע

געשריבן דורך admin

דינסטאג פ' בלק • י"ב תמוז תשפ"ה | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: אחים לענטשעווסקי


א געהויבענעם 'שבתא דריגלא' מלא התעלות והתרוממות הנפש איז אריבער אויף טויזנטער חסידי צאנז קלויזנבורג בצל הקודש פון כ"ק אדמו"ר מצאנז קלויזנבורג שליט"א צו די 31'סטע יארצייט פון האי צדיק ורועה אבן ישראל הרה"ק מצאנז קלויזענבורג זי"ע וואס איז אויסגעפאלן דעם שב"ק ט' תמוז, און איז געפראוועט געווארן בצוותא חדא, במעמד כל קהלא קדישא הדין, אין שפיץ פון די גדולי התלמידים הרבנים הגאונים שליט"א און אלפי חסידים זקנים עם נערים.

אלע בניני המוסדות וועלכער זענען סטאנציאנירט ארום דעם בנין ביהמ"ד הגדול זענען געווארן אויסגערישט פאר אש"ל צו קענען אקאמאדירן די פילע געסט, באזונדער איז ארויסגעדינגן געווארן די דערנעבענדיגער זאלן פון עטרת גאלדא און ליפשיץ פאר די סעודות שבת קודש. ווי אויך איז אויפגעשטעלט געווארן א ספעציעלער שאטער פארנט פון בנין בית המדרש הגדול וועלכער האט געדינט פאר פארשידענע הצטרכות'ער במשך דעם שבת קודש. די היכל ביהמ"ד הגדול זעלבסט איז געווארן אויסגעשטעלט מיט פיל הויכשטאקיגער פארענטשעס און נאך פילע הונדערטער זיץ פלעצער צו קענען אקאמאדירן די מאסן חסיגים און אורחים.

דורכאויס גאנץ שבת איז דער רבי שליט"א צוגעגאנגען צום עמוד צו אלע תפילות, און פארגעדאוונט מיט אן התלהבות און השתפכות הנפש כדרכו בקודש. צו מנחה ערב שבת האט דער רבי צוגעשיקט הגה"צ אבד"ק טאב מאנטריאל שליט"א מגדולי תלמידיו פונעם בעל ההילולא, פרייטאג צונאכטס נאכ'ן דאווענען איז מען נישט אריבערגאנגען זאגן גוט שבת צוליב דעם ריבוי העם. דער רבי שליט"א איז ארויף אויפ'ן ארון קודש און געוואונטשן דעם גאנצן ציבור אינאיינעם.

ארום 12:45 איז דער רבי שליט"א ערשינען צום שולחן הטהור אינעם ביהמ"ד וואס איז געוועהן פיל געפאקט עד אפס מקום. מיט די זמירות שבת האט דער רבי מכבד געוועהן די רבנים חשובן ביים טיש: הגה"צ גאב"ד קארלסבורג שליט"א, האדמו"ר מבערגסאז שליט"א פון ארה"ק, האדמו"ר מקשאנוב שליט"א, הגה"צ אבד"ק טאב מאנטריאל שליט"א און נאך.

דער רבי שליט"א האט כדרכו געזאגט א טיפן פלפול במשנת אביו הגדול בעל ההילולא זי"ע וואס האט געדויערט איבער א שעה און דערנאך האט דער רבי שליט"א מאריך געווען בדברי תורה וחסידות בגודל קדושת היום ושגב ענין יומא דהילולא בפרט ווען עס געפאלט אום שבת קודש ווי היי יאהר.

מיט ברכת המזון על הכוס הגה"צ רבי יצחק הערשקאוויטש דומ"ץ צאנז קלויזענבורג וויליאמסבורג מגדולי תלמידי בעל ההילולא זי"ע. נאכן בענטשן איז פארגעקומען די פירות טיש ווי דער רבי שליט"א האט ארויפגעשיקט פירות פאר אלע אייניקלעך פונעם בעל ההילולא זי"ע, און מען האט ממשיך געוועהן די זמירות שבת, די טיש האט זיך געענדיגט ארום 4:00 פארטאגס, ווען דער גאנצער ציבור איז אריבער וואונטשן גוט שבת.

שבת אינדערפרי פאר'ן דאווענען איז פארגעקומען מניני תהלים און דערנאך איז פארגעקומען א ספעציעלע סדר הלימוד אינעם היכל התורה אין בנין פון ביהמ"ד הגדול. דער רבי שליט"א איז אריינגעקומען צו תפילת שחרית בשעה 11:00. עס איז פארגעקומען באזונדערע מנינים לקריאת התורה אין שאטער פארנט פון ביהמ"ד הגדול פאר די חיובים און בעלי שמחה. ביים ליינען אין ביהמ"ד האבן עולה געוועהן די רבנים חשובים צאצאי ותלמידי בעל ההילולא.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען די קידושא רבא ווי דער רבי שליט"א האט אפגעראכטן דעם סיום הש"ס וואס איז געלערנט געווארן במשך די גאנצע יאר לע"נ דעם בעל ההילולא זי"ע, דער רבי שליט"א האט פארטיילט שיריים ספעציעל פאר די רבנים וזקני התלמידים, ווי אויך פאר די אייניקלעך פון בעל ההילולא זי"ע, און במיוחד פאר די כותבים פון מכון דברי יציב להוצאת הספרים ולכתיבת דברי תורה פון רבי'ן זי"ע, די כותבים פון מכון עצי השדה וועלכע געבן זיך אפ מיט די דברי תורה פונעם רבי'ן שליט"א, און די נדבנים און עסקני השבת.

ביי די סעודות שבת קודש און די זאל'ן פון עטרת גאלדא און ליפשיץ ווי עס האבן געגעסן די געסט, האט אויפגעטראטן הרה"ג ר' ברוך זילבערמאן ר"מ בישבות באבוב-45 און קארלין סטאלין ווי ער האט מכבד געווען די זקני וגדולי תלמידי בעל ההילולא זי"ע אויפצוטרעטן, צווישן זיי הגה"צ אב"ד טאב שליט"א, הגה"צ אב"ד בית ישראל שליט"א און הגה"צ רבי ישראל אונדסדארפער שליט"א מרבני צאנז קלויזענבורג וויליאמסבורג. שבת נאכמיטאג איז פארגעקומען א ספעציעלע מסיבת מרעים ווי די זקני החסידים האבן צונויפגעשמועסט סיפורים און זכרונות, צווישן הגה"צ אבד"ק לינז שליט"א און הגה"צ אב"ד ראצפערט שליט"א.

ביי שלש סעודות האט דער רבי מאריך געווען בדברי תורה פאר א לענגערע וויילע באגלייט מיט דברי הדרכה במשנתו פן אביו הגדול בעל ההילולא, נאך די זמירות איז פארגעקומען דער געהויבענער מעמד כבוד התורה פאר די בחורים וועלכע האבן זיך פארהערט טויזענטער בלעטער גפ"ת און זענען נתעטר געווארן מיט די תוארי כבוד, מורינו, חבר און צורבא מרבנן אזוי ווי עס איז איינגעפירט אלע יאהרן לויט די צוואה פונעם רבי'ן זי"ע. די בחורים זענען דורך אל מול פני הקודש, מקבל זיין די תעודות וואו דער רבי האט יעדן געוואונטשן בפנים מאירות און מיט א קענטיגע קורת רוח.

צווישן די רבנים וואס האבן זיך אנגעזעהן ביים שולחן הטהור בעת רעווא דרעווין איז געוועהן האדמורי"ם מליסקא, צאנז סטעטן איילענד און הרבנים מטענקא, סאבאלאוו, חליסה, קליינווארדיין, לינז בארא פארק, און נאך.

נאך שלש סעודות איז געוועהן צוגעשטעלט פאר די מאסן געסט צו מאכן הבדלה און סעודת מלוה מלכה בהרחבה אין די שאטער פארנט פון בנין ביהמ"ד הגדול, און אזוי אויך איז געוועהן צוגעשטעלט צדה לדרך פעקלעך פאר די פילע געסט וועלכע זענען אהיימגעפארן למקומות מושבותיהם.

יום קדוש הוא מבואו ועד צאתו

Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image

שרייבט א קאמענט

-
00:00
00:00
Update Required Flash plugin
-
00:00
00:00