פארלאפאנעם וואך ז' תמוז איז אויסגעפאלן די יארצייט פון הרבנית הצדיקת מסקולען ע"ה מחברתו הטהורה פון הרה"ק בעל מאור ישראל מסקולען זצ"ל, א באשיידענעם סעודת הילולא איז פארגעקומען אין שפיץ פון כ"ק האדמורי"ם שליט"א לבית סקולען בביתו נאווה קודש פון כ"ק האדמו"ר מסקולען לעיקוואד שליט"א, נאכן סעודה זענען די אדמורי"ם שליט"א ארויף על קברה אויפן וויזניצער בית החיים אין מאנסי אין באגלייטונג פון די בני המשפחה און א ענגע קרייז חסידים.