מאנטאג פ' בלק • י"א תמוז תשפ"ה | בחצרות הקודש
בילדער קרעדיט : שלומי טריכטר
אין קהילה קדושה ״פני מנחם״ אין ירושלים איז דעם ליל שישי פרשת חוקת, אפגעראכטן געווארן א פייערלעכער מעמד סיום מסכת עבודה זרה, וואס איז געלערנט געווארן אינאיינעם בחבורה אחת אין די ראמען פונעם ״עמוד היומי״ אין די קהילה. דער מעמד לכבודה של תורה איז געוועהן אין שפיץ פונעם ראש הישיבה הגאון רבי שאול אלתר שליט״א, און מיטן השתתפות כבוד פונעם חשובן גאסט כ״ק האדמו״ר מתולדות יהודה שליט״א, וואס וויילט די יעצטיגער זוממער חדשים אין ארצינו הקדושה און האט אויפגעטרעטן אלס דער נואם הכבוד ביים מעמד.
די מעמד הסיום איז באשטימט געווארן ביומא דהילולא פון הרה"ק בעל ה״לב שמחה״ מגור זי״ע, וואס געפאלט אום ז׳ תמוז, און האט צוגלייך געדינט אלס א סעודת הודאה אויף די נסים ונפלאות וואס כלל ישראל האט מיטגעמאכט די טעג, בפרט דער סייעתא דשמיא למעלה מדרך הטבע בשעת דער מלחמה מיט איראן.
אין אנהייב פונעם מעמד האבן געהאלטן דרשות עטליכע פון די רבני הקהילה, ובראשם דער רב הקהילה הגאון רבי ברוך וועקסלשטיין שליט״א, וועלכער האט איבערגעגעבן א הפלא'דיגע דרשה לכבוד המאורע.
אינעם הויעכפונקט פונעם מעמד איז געהערט געווארן די דברי אלוקים חיים פונעם ראש הישיבה שליט״א, וועלכער האט כדרכו מקשר געוועהן דער לימוד פונעם מסכתא צו א דרך אין עבודה, מיט הערליכע ביאורים בדרוש ופלפול.
דער אורח הכבוד, כ״ק האדמו״ר מתולדות יהודה שליט״א, האט אין זיינע ווערטער ארויסגעהויבן די מעלה פון די וואס וואוינען אין ארץ ישראל, און נאך מער די וואס זענען קובע עתים לתורה, זייענדיג זוכה צו די מדרגה פון ״בן ארץ ישראל״ מיט אלע פירושים. ער האט אויסגעשמועסט בדרך הרמז מיט גימטריאות און פנימיות התורה, אז ווער ס׳זוכה צו לעבן מיט די תורת חיים איז שוין ממש ווי ער לעבט אין עולם הבא, וואו דער לשון הגמרא ״עולמך תראה בחייך״.
לכבוד די מעמד זענען אויך ערשינען צוויי פרישע חיבורים: דער ערשטע, ״הערות והארות״ — א קובץ פון שיעורים פונעם ראש הישיבה שליט״א אויף מסכת עבודה זרה, וואס זענען איבערגעגעבן געווארן אויף די תורה'דיגע ליניע דקהלת פני מנחם, "שיחתי", און דער אייגנארטיגער חיבור ״עבודה פשוטה״ — חידושי תורה פון די חברי הקהילה, וואס איז צונויפגעשמועסט געווארן אינעם טעלעפאנישן בית מדרש דקהל פני מנחם.