הויפט בלאט באריכט געהויבענעם שבת יארצייט בחצר הקודש צאנז צום 31'סטע יומא דהילולא פון הרה"ק בעל שפע חיים מצאנז קלויזנבורג זי"ע

געהויבענעם שבת יארצייט בחצר הקודש צאנז צום 31'סטע יומא דהילולא פון הרה"ק בעל שפע חיים מצאנז קלויזנבורג זי"ע

געשריבן דורך admin

מאנטאג פ' בלק • י"א תמוז תשפ"ה | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: משה גולדשטיין


מיט גרויס דערהויבענקייט און געגועין האבן תלמידי וחסידי צאנז אפּגעצייכנט דעם פארלאפענעם שבת פ' חקת די 31'סטע יומא דהילולא קדישא פון רבם ומאורם הרה"ק בעל שפע חיים מצאנז קלויזנבורג זי"ע, בצל הקודש פון בנו הגדול וממלא מקומו כ"ק אדמו"ר מצאנז שליט"א, אין קרית צאנז, נתני', באותו מקום אשר שם חלקת מחוקק ספון.

אויף שבת זענען געקומען צו פארן א ריזיגער ציבור פון טויזענטער חסידים דערונטער פילע צענדליגער חשוב'ע תלמידים פונעם בעל ההילולא, וועלכע האבן אלע אינאיינעם פארברענגט כאיש אחד בלב אחד וואו מען האט מעלה געווען זכרונו הטהור פונעם בעל ההילולא, און מען האט זיך מחזק געווען אנצוגיין ווייטער בדרכיו הטהורים תחת דגלו והדרכתו פון ממשיך דרכו דער רועה נאמן כ"ק אדמו"ר מצאנז שליט"א.

דורכאויס גאנץ שבת איז דער רבי צוגעגאנגען צום עמוד אויף די תפלות לרגל די יארצייט, פרייטאג צונאכטס נאכ'ן דאווענען איז מען צוליב דעם ריבוי העם נישט אריבערגעגאנגען זאגן גוט שבת נאר דער רבי האט געוואונטשן גוט שבת פאר'ן גאנצן ציבור אינאיינעם. ביים טיש פרייטאג צונאכטס האבן זיך משתתף געווען חשוב'ע רבנים ואדמורי"ם צווישן זיי הגאון הגדול ר' דוד כהן שליט"א ראש ישיבת חברון.

ביים פשט'ל האט דער רבי מאריך געווען ארום א שעה צייט ארומרעדנדיג במשנתו פון אביו הגדול דער בעל ההילולא, און אין א מערקווירדיגן שריט האט דער רבי אינמיטן טיש געבעטן דעם ראש הישיבה ער זאל זיך נישט מטריח זיין צו פארבלייבן צוליב די שפעטע שעה אבער דער גאון האט אפגעזאגט און איז פארבליבן ביז ווען דער רבי האט געענדיגט זאגן דעם פשט'ל, און ס'איז געווען  א מחזה הוד צו זעהן ווי דער גאון איז זיך מפלפל מיט'ן רבי'ן בפלפולי דאורייתא איבער ענינים וואס דער רבי האט דערמאנט אינעם פשט'ל זאגנדיג אז דעם רבי'נס ווערטער זענען כנתינתן מסיני, און הערשט דערנאך האט דער גאון זיך ווארעם געזעגנט פון רבי'ן און איז אהיימגעגאנגען.

מיט'ן בענטשען האט דער רבי מכבד געווען גיסו הגה"צ רבי אליעזר דוד שפירא אבד"ק צאנז בני ברק איידעם פון בעל ההילולא, און מיט שבע ברכות פאר די חתנים, הגה"צ גאב"ד קרית הבעש"ט איידעם פון בעל ההילולא, דערנאך איז אפּגעראכטן געווארן די שמחת השלו' זכר לבן הנולד אצל הרה"ג ר' משה דוד מוטצען שליט"א זוהן פון גאב"ד קרית הבעש"ט און איידעם פון המשפיע הרה"צ ר' אלימלך בידערמאן שליט"א, וואו מען האט אריינגעברענגט פאר'ן רבי'ן א געבראטן עוף כנהוג און מען האט געזינגען ניגוני שמחה לרגל השמחה בבית צדיקים.

שבת בייטאג ביים ליינען האט דער רבי עולה געווען ששי ווי יעדן שבת, און אין א זעלטענעם שריט האט דער רבי נאכ'ן עלי' געבעטן דעם גבאי'ן ר' שלמה הערש טויב צו מאכן א באזונדערן מי שברך פאר די אלע בחורים מצויינים וועלכע האבן באקומען פון רבי'ן די תעודות 'מורינו' און דערמאנען יעדנ'ס נאמען בפרטות.

נאך מוסף איז אפגעראכטן געווארן א קידושא רבא לרגל די יארצייט, וואו דער רבי האט דערביי געמאכט דעם סיום הש"ס וואס איז געלערנט געווארן במשך דעם גאנצן יאר דורך די תלמידים וחסידים לע"נ דעם רבי'ן זצ"ל, דערנאך האט דער רבי געזאגט א לענגערן פשט'ל וואו ער האט ארומגערעדט במשנתו של בעל ההילולא און האט מסיים געווען מיט דברי אגדה ודברי חיזוק. לרגל דעם שבת יארצייט האט דער רבי געפּראוועט דעם מיטאג טיש ברבים אינעם היכל התורה אין בנין מתיבתא צאנז, וואו א גרויסער ציבור האט זיך באטייליגט.

שפעט נאכמיטאג איז דער רבי אריינגעקומען צו מנחה און צוגעגאנגען צום עמוד, ביי די שלש סעודות תורה האט דער רבי ווי זיין שטייגער מאריך געווען א לענגערע צייט בדברי אגדה במשנתו פונעם בעל ההילולא, און נאך די זמירות איז פארגעקומען דער געהויבענער מעמד כבוד התורה ווען דעם רבי'נס זוהן הגה"צ רבי יוסף משה דוב הלברשטאם ראש הישיבה ורב דחסידי צאנז בארה"ב האט אויסגערופן די נעמען פון די בחורים וועלכע האבן זיך פארהערט אויף 1000 בלאט גמרא רש"י תוס' און העכער וועלכע האבן באקומען פרסים און תעודות 'מורינו', אזוי ווי איינגעפירט אלע יארן לויט די צוואה פונעם רבי'ן זצ"ל דער בעל ההילולא, אזוי אויך די אינגעלייט וועלכע האבן זיך פארהערט גאנץ ש"ס אדער ד' חלקי שולחן ערוך אין מסגרת פון מפעל הש"ס וכולל ש"ס מיסודו פונעם בעל ההילולא, און די וועלכע האבן זיך פארהערט אינערהאלב די מסגרת פון קרן ידיעת הש"ס.

מיט'ן בענטשן האט דער רבי מכבד געווען גיסו הגה"צ גאב"ד קרית הבעש"ט שליט"א, און נאך מעריב האט דער רבי געמאכט הבדלה פאר'ן גאנצן עולם, מיט הגבהת הכוס איז נתכבד געווערן ר' לייבוש מארגנשטערן ראש הקהל דקהל צאנז אין בארא פארק ומזקני חסידי צאנז, נאך הבדלה איז דער גאנצער עולם אריבער זאגן דעם רבי'ן א גוטע וואך א לענגערע צייט.

צומארגנס זונטאג פארמיטאג איז דער רבי ארויפגעגאנגען צום ציון הקדוש פון זיין הייליגן טאטן אינאיינעם מיט א ריזיגן ציבור חסידים, דער רבי איז אריינגעקומען אין אהל און האט אנגעצינדען דעם נר תמיד, און דערנאך געזאגט תהלים א לענגערע צייט בדמעות שליש פון קאפּיטל צ' ביז'ן סוף, און נאך יהי רצון מיט קדיש האט מען געזאגט די אותיות פונעם נאמען פון קאפיטל קי"ט, און נאכ'ן זאגן א-ל מלא רחמים האט דער רבי זיך משתטח געווען אויפ'ן ציון פאר ארום 10 מינוט וואו ער האט מיט גרויסע בכיות מתפלל געווען לישועת הכלל והפרט, און דאן געצינדען צוויי ליכט און געלייגט א שטיין, דערנאך איז דער רבי צוגעגאנגען צום ציון פון אמו הרבנית הצדיקת ע"ה און דארט מתפלל געווען און געצינדן ליכט, אויפ'ן וועג ארויס פון בית החיים האט דער רבי צוגעשיקט גרויסע סכומים געלט פאר אלע מוסדות התורה וועלכע האבן דארט צוזאמגעקליבן געלט, דערנאך איז דער רבי צוריקגעפארן לביתו נאוה קודש.

Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image

שרייבט א קאמענט

-
00:00
00:00
Update Required Flash plugin
-
00:00
00:00