הויפט בלאט באריכט צאו והפגינו: טויזנטער בני יהדות החרדית ביי מחאה אדירה ביים מקום חילול בית החיים אין יאהוד

צאו והפגינו: טויזנטער בני יהדות החרדית ביי מחאה אדירה ביים מקום חילול בית החיים אין יאהוד

געשריבן דורך admin

זונטאג פ' בלק • י' תמוז תשפ"ה | בחצרות הקודש


א הילכיגע זעקת מחאה פון טויזנטער חסידים ואנשי מעשה איז אויסגעשריגן געווארן דעם היינטיגן דאנערשטאג פר' חקת ביי די מחאה אדירה אינעם דערפל יאהוד, וואו עס גיין ליידער אן די שענדליכע חפירות ביים ארטיגן בית החיים פון אידישע קברות.

די מחאה איז פאררופן געווארן דורך מרנן שרי התורה חברי הביד"ץ עדה החרדית און די גדולי האדמורי"ם ורבנים שליט"א ועל פי דיבורים הם נאספים, זענען טויזנטער אידן פון אלע שטעט לענגאויס ארה"ק ארויסגעפארן צום מקום החילול מוחה צו זיין כדת של תורה, ווען בראשם נעמען אנטייל מרנן ורבנן גדולי ישראל חברי הביד"ץ און אדמורי"ם ורבנים יושבים על מדין, וועלכע האבן זיך מטריח געווען בטירחא דגברא רבא וטלטולא דאורחא צו אויסשרייען דעם זעקת התורה קעגן די מעשי פשע.

די מחאה איז אפגעהאלטן געווארן ביים מקום החילול, ביים בוי-פראיעקט וואס ווערט דורכגעפירט דורך די בוי פירמע 'אאורה ישראל', וואס זיי זענען אחראים על הפשע, און שוין נאנט צו צוויי חדשים וואס זיי לאכן זיך ליידער אויס אויפ'ן פסק הלכה והוראה ברורה דורך אלע רבנים פון אלע קרייזן, ביז אפילו די ראבינאט, וואס האט אויך געלאזט הערן אז עס איז אסור צו גראבן אויף דעם שטח, אבער די בוי פירמע איז עומדים במרדם און גייען ווייטער אן מיט די חפירות און באגייען זיך מיט ברוטאלע שריט קעגן די מוחים, ווען בלויז דעם לעצטן מיטוואך זענען 60 ערליכע מוחים שפיטאליזירט געווארן פון די מכות וואס זיי האבן געכאפט דורך די רשעות'דיגע פאליציי.

ביים עצרת האבן זיך משתתף געווען צווישן אנדערן, מרנן ורבנן חברי הבד"ץ העדה החרדית, כ"ק האדמו"ר מדושנסקיא שליט"א בראש קהל חסידיו, כ"ק האדמורי"ם מטשערנאביל, ממשכנות הרועים, קהל חסידי ירושלים, הגאון הגדול רבי יהושע דוד טורצין שליט"א מנהיג קהילות הפרושים, הגה"צ רבי משה טייטלבוים שליט"א דומ"ץ סאטמאר ירושלים, בני כ"ק אדמו"ר מתולדות אברהם יצחק שליט"א, ועוד.

די מחאה איז געעפנט געווארן מיט פרקי תהילים פארגעזאגט דורך הגה"צ ר' שלמה זלמן ווייס שליט"א אב"ד שערי טובי', און דערנאך האט מען געזאגט פרקי סליחות פארגעזאגט דורך הרה"ג ר' מנחם בן ציון זעגלבוים שליט"א מרבני סאטמאר.

דערנאך האט זיך אנגעהויבן די שורת הדרשנים, אנגעהויבן מיט די ווערטער דורכ'ן יו"ר הרה"ח ר' מרדכי יהודה דאווידאוויטש שליט"א וועלכער האט צוערשט מכבד געווען הגאון הגדול רבי אברהם יצחק אולמאן שליט"א חבר הבד"ץ משמיע צו זיין דעם דעת תורה וקול מחאה, דערנאך האט מען געהערט די דברים חוצבים דורך הגאון הגדול רבי חיים אורי פריינד שליט"א חבר הבד"ץ וועלכער האט ארויסגעהויבן די מסירת נפש פון די מוחים וואס גוי נתנו למכים, און זיי האלטן זיך נישט אפ פאר גארנישט ווען ס'קומט צו כבוד שמים, און כבוד המתים והחיים.

דערנאך האט מען געהערט די פייערדיגע דיבורים דורך הגאון הגדול   רבי יהושע ראזנבערגער שליט"א חבר הביד"ץ וגאב"ד קרית רמ"א בית שמש, וועלכער האט מרעיש געווען אויף דעם שווערן מדת הדין וואס איז ליידער שולט ווען מ'טוט מחלל זיין קברי ישראל אויף אזא שרעקליכן אופן, און נאר בזכות די מוסרי נפש וועלכע לאזן זיך כאפן קלעפ און מכות רצח, ווערט נמתק די דינים פון כלל ישראל.

דערנאך האט הגאון הגדול רבי יהודה פישער שליט"א חבר הביד"ץ פארגעליינט דעם מכתב קודש פון הגאון האדיר פוסק הדור הגאון האדיר רבי משה שטערנבוך שליט"א בעל תשובות והנהגות, וואס ער האט געשריבן ספעציעל צום עצרת, וואו ער ברענגט ארויס מיט גרויס ווייטאג מנהמת לבו הטהור דעם זעקת מחאה אויף די חילול בית החיים.

דערנאך האט מען געהערט דעם דבר מערכה דורך הגאון רבי דוד שמידל שליט"א יו"ר "אתרא קדישא", און דערנאך האט מען געהערט די ווערטער פון הגאון הגדול רבי יהושע דוד טורצ'ין שליט"א מנהיג קהילות הפרושים וממנהיגי הישוב הישן, און צום לעצט די דברים חוצבים דורך כ"ק אדמו"ר מקהל חסידי ירושלים שליט"א.

צום שלוס האט מען געזאגט אינאיינעם "קבלת עול מלכות שמים", פארגעזאגט בקול חוצב דורך כ"ק אדמו"ר ממשכנות הרועים שליט"א.

נאכ'ן מעמד מחאה איז נאך פארבליבן א גרויסער ציבור מוחה זיין אויפ'ן פלאץ, און זיך פערזענליכע אפגעגעבן בעבודת הקודש צאמצוקלייבן עצמות וואס וואלגערן זיך ליידער אויפ'ן שטח החפירה כדומן על פני השדה, און טראץ די אפשרעקונגען און פיזישע אנגריפן פון די פאליציי, האט מען ווייטער ממשיך געווען מיט מסירת נפש.

Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image

שרייבט א קאמענט

-
00:00
00:00
Update Required Flash plugin
-
00:00
00:00