הויפט בלאט באריכט קבלת פני צדיק: מעמד קבלת פנים לכבודו פון האד' מאלכסנדר אין נייעם אלכסנדר שטיבל אין ציריך – שווייץ

קבלת פני צדיק: מעמד קבלת פנים לכבודו פון האד' מאלכסנדר אין נייעם אלכסנדר שטיבל אין ציריך – שווייץ

געשריבן דורך admin

דאנערשטאג פ' חוקת • ז' תמוז תשפ"ה | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: אורי כהן


נעכטן דינסטאג נאכמיטאג האט כ"ק אדמו"ר מאלכסנדר שליט"א געלאנדעט אויפן שווייצער באדן, אויף א קורצן באזוך אין שטאט ציריך צו באשיינען די חתונה בבית מקורבו הנגיד ר' ברוך אלימלך פערלמאן הי"ו מגדולי תומכי מוסדות אלכסנדר.

א גרויסן עולם איז ארויסגעפארן צום לופטפעלד מקבל פנים צו זיין דעם רבי'ן שליט"א בבואו לחון את פני העיר. די חסידים האבן שלום גענומען און דער רבי איז צוגעפארן דעם וועג אריין אין שטאט צום אכסניא אין שטוב פון הרה"ח ר' ישראל לעפקאוויטש הי"ו.

נאך א קורצן אפרוה איז דער רבי שליט"א ערשינען אין די נייע אלכסנדר שטיבל אין ציריך וואו מען האט געדאווענט מעריב און עס איז אפגעראכטן געווארן א מסיבת לחיים און מעמד קבלת פנים ביי וועלכן עס האבן זיך משתתף געוועהן די רבני העיר אין שפיץ פונעם מרא דאתרא הגה"צ רבי הערש אלימלך פאדווא גאב"ד ציריך שווייץ. 

דער רבי שליט"א האט משמיע געוועהן דברות קודש, וכדבר אב אל בנו האט דער רבי שליט"א ארומגערעט מלא וגדוש מיט דברי חיזוק והדרכה, און שטארק אויסגערימט דעם שטיבל און די געוואלדיגע גוטע גריסן וואס מ'הערט כסדר צוריק, און בפרט האט דער רבי מחזק געוועהן די תקנה קבוע אין ביהמ"ד נישט צו רעדן ביים דאווענען.

דאן איז דער ציבור אריבער "שלום נעמען" פון רבי'ן שליט"א. דער רבי האט יעדן אויפגענומען מיט א פנים מאירות, און יעדן איינעם עקסטער אנגעוואונטשן.

מיטוואך אינדערפרי האט דער רבי שליט"א געדאווענט שחרית אין די שטאטישע ישיבה "אהבת התורה" וואו עס איז נאכן דאווענען אפגעראכטן א שולחן לחיים. נאכ'ן זינגן ניגוני התעוררות ודביקות, האט דער רבי שליט"א משמיע געוועהן דברות קודש און די בחורי חמד זענען דורך שלום נעמען.

אין לויף פונעם טאג איז געוועהן זמני כניסה בבית האכסניא וואו דער רבי שליט"א האט אויפגענומען די חסידים מיט קוויטלעך פאר לענגערע שעהן נאכאנאנד.

Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image

שרייבט א קאמענט

-
00:00
00:00
Update Required Flash plugin
-
00:00
00:00