הויפט בלאט באריכט כולם נקצבו באו: רעקארד-ציפער אידן האבן פוקד געווען ציון הרה"ק מליובאוויטש זצ"ל אין טעג ארום די הילולא ג' תמוז

כולם נקצבו באו: רעקארד-ציפער אידן האבן פוקד געווען ציון הרה"ק מליובאוויטש זצ"ל אין טעג ארום די הילולא ג' תמוז

געשריבן דורך admin

מיטוואך פ' חוקת • ו' תמוז תשפ"ה | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: שלום ראס


צענדליגע טויזנטער אידן פון אלע שיכטן און קרייזן און חסידי ליובאוויטש בפרט זענען אנגעקומען קיין קווינס פוקד זיין דעם ציון הקדוש פון כ"ק אדמו"ר הרה"ק מליובאוויטש זצ"ל אין די טעג ארום די 31'סטע הילולא קדישא וואס איז אויסגעפאלן דעם זונטאג ג' תמוז.

די שטאט קווינס מקום מנוחתם פון אדמור"י בית ליובאוויטש האט שוין אנגעהויבן פון ערב שבת געווירבעלט מיט שווערע טויזנטער אידן, און איז דאס יאהר אנגעקומען צו היסטארישע ציפערן ווי קיינמאל בעפאר ווען טראץ די שווערע היצן האבן א געשאצטע קרוב צו 100 טויזנט אידן פוקד געוועהן דעם ציון הק' אין די טעג ארום די הילולא, צווישן זיי טויזנטער ליובאוויטשער חסידים וואס זענען געקומען צופארן פון אלע עקן וועלט מתפלל זיין ביים הייליגן ציון און פועל'ן אלעס גוט'ס.

די עסקנים האבן געארבעט פיבערהאפטיג און אריינגלייגט שטארקע כוחות אויפצונעמען די טויזנטער מתפללים, און צושטעלן אלע געברויכן, ווי סענדוויטשעס מיט דערפרישנדע געטראנקען זיך צו דערכאפן דאס הארץ, להחיות נפש כל חי, אזוי אויך זיכער צו מאכן אז אלעס פארט על צד היותר טוב, ווי צענדליגע סדרנים זענען געשטאנען לענגאויס די שורות וואס האבן זיך געשלענגעלט ביזן ציון און קאנטראלירט דעם מאסן שטראם פון באטייליגטע, אז יעדער זאל קענען האבן זיין רייע צוצוגיין צום ציון המצוינת, אזוי אויך איז דעזיגנירט געווארן באזונדערע שורות פאר מענער און פאר פרויען כדי עס זאל נישט צוקומען צו קיין תערובות.

טראץ די מייסטערהאפטיגע סדר דורך די עסקנים האט געדויערט לאנגע שעות אנצוקומען ביז צום אוהל, און צוליב די שווערע היצן האבן עטליכע אידן געדארפט צוקומען צו מעדיצינישע באהאנדלונג נאכן פאלן באוואוסטלאז, דאראונטער אזעלכע וואס האבן כמנהג ליובאוויטש געפאסט אינעם טאג פונעם יארצייט ביז נאכ'ן פוקד זיין דעם ציון הקדוש.

אין אנדערע נייעס האט דער אמעריקאנער פרעזידענט דאנאלד טראמפ אפגעשיקט א ספעציעלע בריוו לקראת די הילולא קדישא פאר רבני חב"ד, די בריוו איז אדרעסירט צום ליובאוויטשער אהל און צו חב"ד שלוחים איבער די גארער וועלט, מיט א ספעציעלער וואונטש צום יארצייט, וואו ער ברענגט ארויס די געוואלדיגע השפעה פונעם ליובאוויטשער רבי אויף די גאנצע וועלט און אין אמעריקע ספעציעל, טראמפ דערמאנט זיין באזוך ביים אהל פארלאפענעם אקטאבאר און שרייבט אז ביזן היינטיגע טאג זעהט מען די ישועות וואס קומען אינעם רבינס זכות.

Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image

שרייבט א קאמענט

-
00:00
00:00
Update Required Flash plugin
-
00:00
00:00