דאנערשטאג פ' קרח • ל' סיון תשפ"ה | בחצרות הקודש
מיט גרויס כבוד והערצה האבן די גדולי ראשי הישיבות בארץ הקודש, מקבל פנים געווען בתודה וברכה, פני מרן ראש הישיבה הגאון רבי משה הלל הירש שליט"א ראש ישיבת סלאבאדקע, וועלכע האט זיך נארוואס צוריקגעקערט בשלום קיין ארה"ק, נאכן וויילן די לעצטע צוויי וואכן אין חוץ לארץ למען הצלת עולם התורה אין ארה"ק.
א משלחת נכבדה פון די גדולי ראש הישיבות אין ארץ ישראל זענען ספיצעל ארויסגעפארן צום לוד לופטפעלד מקבל צו זיין פני כבודו פונעם ראש הישיבה. אין לופטפעלד האבן אפגעווארט די ראשי העסקנים וועלכע האבן אריינגעלייגט אסאך כוחות, צושטאנד צו ברענגען די רייזע מיט אלע באקוועמליכקייטן, טראצדעם וואס צענדליגע פליגער'ס זענען אפגערופן געווארן צוליב די אומשטענדן. און דער ראש ישיבה האט זיי ווארעם געוואונטשן.
אריינקומענדיג אינעם פתאל טערמינאל, איז אפגעראכטן געווארן א ענגע מעמד לחיים און קבלת פנים וואו דער ראש ישיבה האט זיך אויסגעדרוקט איבער די געוואלדיגע הצלחה וואס 'קרן עולם התורה' האט געזען דאס יאר, ווען די נגידים האבן גאר געגעבן דאפעלט פון פאריאר. עד כדי כך, אז די עסקנים זענען געשטאנען געשטוינט און האבן זיך געוואונדערט אויב דער יצר הרע האט זיך געלייגט שלאפן און ערלויבט אזעלכע גרויסע סכומים להחזקת עולם התורה.
באותו מעמד האבן אויפגעטרעטן, הגאון רבי אברהם סאלים חבר מועצת חכמי התורה, הגאון רבי אליעזר יודא פינקל ראש ישיבת מיר און הגאון רבי חיים פרץ בערגמאן מראשי ישיבת פונוביז וועלכע האבן זיך הערצליך באדאנקט פאר'ן ראש ישיבה, וואס האט גענומען אויף זיינע פלייצעס דעם שווערן עול צו ראטעווען דעם עולם התורה.
אנקומענדיג קיין בני ברק איז דער ראש הישיבה אריבער אויף א באזוך במעונו פון מרן ראש הישיבה הגאון רבי דוב לאנדאו שליט"א וועלכער האט מקבל פנים געוועהן דעם ראש הישיבה ביותרת הכבוד מיט א צהלת פנים. הגאון רבי משה הלל האט איבערגעגעבן די גוטע בשורה אז נאכן איבערגיין די סומעס וואס זענען אריינגעקומען ביי די דינער’ס און באנקעטן איבער גרעיטאר ניו יארק און קאנאדע האט די קאסע פונעם קרן עררייכט א סך הכל פון $78,000,000, ער האט דערביי באדאנקט דעם ראש ישיבה פארן אוועקגעבן פון זיין טייערע צייט צו רעדן טעלעפאניש און ווירטואל ביי די מסיבות וואס האט געהאט א שטארקן אפקלאנג.