דינסטאג פ' קרח • כ"ח סיון תשפ"ה | בחצרות הקודש
שטייענדיג געציילטע טעג בעפאר די 31׳סטע הילולא קדישא פון כ"ק אדמו"ר הרה"ק מליובאוויטש זצוק"ל וואס געפאלט אויס קומענדיגע וואך זונטאג ג׳ תמוז האט מען די וואך אונטערגענימען העפטיגע רענאוואציע ארבעט ביים אהל הקדוש אויפן מאנטיפיורי בית החיים אין קווינס צו עטוואס לינדערן די געדרענג פאר די צענדליגער טויזנטער עולים לציון אינעם יומא דהילולא.
אלס דער גרעסערער טייל פונעם רענאווירונג פראיעקט זענען די עסקנים פון אגודת חסידי חב"ד געזעסן מיטן וואלוואלטונג פונעם בית החיים און אויפגעקומען מיט א לעזונג פאר די שווערע געדרענג ביים אריינגאנג צום אוהל ווען טויזנטער ווילן אריין גיין און ארויס גיין אויף איינמאל אין די זעלבע צייט.
עס איז באשלאסן געווארן צו בויען א נייע טיר אינעם אוהל פון וואו די מתפללים וועלן ארויסגיין און אזוי צו לינדערן די געדרענג ביים אריינגאנג, אויך וועט מען עפענען א ספעציעלע וועג פאר די נשים צו קומען און גיין ביים אנדערע זייט פון די אוהל צו פארזיכערן די העכסטע מאס גדרים אין צניעות למען קדושת המקום.