אין שאטן פונעם מלחמה צושטאנד אין ארצינו הקדושה איז נעכטן (זונטאג) געפייערט געווארן די שמחת הבר מצווה פונעם עלטסטן אייניקל ביי המשפיע המפורסם הגה"צ רבי אלימלך בידרמאן שליט"א מלעלוב, א זוהן ביי זיין איידעם הרב משה יודא לייב ראבינאוויטש שליט"א, בן כ"ק אדמו"ר מביאלא רמת אהרן שליט"א, די שמחה איז פארגעקומען אין די בית מלכה זאלן אין בני ברק.