זונטאג פ' קרח • כ"ה סיון תשפ"ה | בחצרות הקודש
בילדער קרעדיט: אברומי בערגער, שראלי ב.,JDN
מיט גרויס התעוררות איז דעם דאנערשטאג כ"ג סיון אפגעצייכנט געווארן די יומא דהילולא קמייתא פונעם עמוד צלותהון דישראל, שרגא המאיר, כ"ק אדמו"ר מקאסוב זצוק"ל בעל עבדא דמלכא, תחת צל בנו וממלא מקומו וממשיך דרכו בקודש כ"ק אדמו"ר מקאסוב שליט"א וואס פירט ווייטער די עדה הקדושה במעגלי צדק על דרך אביו הגדול דער רבי זצ"ל.
די הכנה דרבה צום ערשטן יומא דהילולא קדישא האט זיך שוין אנגעהויבן ביים שבת יומא דהילולא קדישא וואס איז געפראוועט געווארן בנהירו דאנפין. דינסטאג דערויף איז אפגעהאלטן געווארן א כנס הכנה פאר די בחורי החסידות ווי מען האט געהאט די זכי' אז כ"ק אדמו"ר מקאסוב שליט"א האט איבערגעגעבן מדברותיו הטהורות פאר די בחורים מעלה צו זיין זכרונו הבהיר פון אביו הגדול דער בעל ההילולא זצ"ל, באזונדער זענען געהערט געווארן דרשות דורך משפיעים און מגידים מפורסמים לחזור ולשנן במשנתו הטהורה.
מיטוואך נאכט אריינטרעטנדיג אינעם יומא דהילולא רבה איז דער רבי שליט"א אנגעקומען צום ציון הקדוש במקום מנוחתו אויפן וויזניצער בית החיים אין מאנסי בראש קהל חסידיו, די רבי האט יורד געווען לפני התיבה צו תפילת מעריב, און דערנאך פארגעזאגט די מזמורי תהילים און געזאגט קדיש, דאן האט די רבי א לענגערע צייט געליינט קוויטלעך פונעם ציבור און זיך משתטח געווען אויפן ציון הק' להפקד בדבר ישועה ורחמים.
במשך די גאנצע מעת לעת פון יומא דהילולא זענען פילע אידן פון אלע שיכטן און קרייזן געקומען צו פארן פוקד זיין דעם ציון הק', מתפלל צו זיין לטובת הכלל והפרט מיטן האפענונג אז מה כאן עמד ושימש, וועט דער רבי זצ"ל ווייטער מתפלל זיין פאר אידישע קינדער, און משפיע זיין פאר אידן כל מילי דמיטב.
ביים ציון הק' און אזוי אויך ביים קאסובער ביהמ"ד איז געוועהן אויסגעשטעלט די מקחו של צדיק יריד, ווי מען האט פאר ספעציעל ביליגע פרייזן זיך געקענט איינהאנדלען די פילע ספרים און חיבורים נפלאים מאמרותיו הטהורים פונעם קאסובער רבי'ן זצ"ל, אין וואס אידן טרעפן אזויפיל חיזוק און חיות להתעלות בעבודת השי"ת.
דאנערשטאג אינדערפרי ביומא דהילולא קדישא איז דער רבי שליט"א ערשינען צו תפלת שחרית בהיכל בית המדרש הגדול, און איז צוגעגאנגען צום עמוד, ווען נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים, ווי דער רבי שליט"א האט דערביי פארציילט פילע פערזענליכע ענינים און עובדות וסיפורים פון זיין גרויסן טאטן דער בעל ההילולא.
פארן שקיעה איז די רבי ערשינען אין ביהמ"ד אויף תפילת מנחה, און דערנאך איז געווען צוגעשטעלט א ברייטע סעודת הילולא כיד המלך, אום ניין אזייגער איז דער רבי שליט"א אריינגעקומען צום "שולחן הטהור", דאס בית המדרש איז געוועהן באזעצט מיט פילע רייען חסידים ואנשי מעשה, אויפן בימת הכבוד זענען געזעסן אויף א ברודער'ליכן פארנעם אלע ברודער'ס און שוואגער'ס פונעם רבי'ן שליט"א, צו די זייט פון רבנים חשובים ופני העדה.
הגה"צ אבד"ק קאסוב זאליטשיק שליט"א, איינציגסטע און באליבטע ברודער פונעם רבי'ן ז"ל האט געפענט די מעמד מיט גאר הארציגע דברי זכרון, דערנאך האט מען געהערט דעם דבר השם מציון פונעם אורח הגדול פון ארץ ישראל כ"ק אדמו"ר משבט הלוי שליט"א, א שוואגער פונעם רבי'ן זצ"ל וואס האט מעלה געווען זכרו הטהור, שמועסנדיג געהויבענע שטריכן נאך פון זיינע יונגע יאהרן, בצילו פון זיין גרויסן זיידן די שבט הלוי זצ"ל, דערנאך האט אויפגעטרעטן כ"ק אדמו"ר מקאסוב לעיקוואד שליט"א.
בשעת די מעמד האט מען מקבל געווען פני קדשו פון כ"ק אדמו"ר מסערדאהעלי שליט"א מגדולי וזקני רבני בארא פארק וואס האט זיך מטריח געווען צו באשיינען די מעמד לכבודו של צדיק, אויך האבן זיך אנגעזעהן כ"ק אדמו"ר מוויזניץ בארא פארק, הגה"צ רבי מיכל שטיינמעץ דומ"ץ סקווירא בארא פארק און נאך רבנים חשובים.
דער "משא המעמד" איז געהערט געווארן דורך בנו ומ"מ בקודש כ"ק אדמו"ר מקאסוב שליט"א וועלכע האט ארומגערעט איבער די לפיד אש, וואס האט געברענט און האט אנגצינדן די אידישע הערצער בכל מקום שהם, וואס זענען אזוי שטארק דבוק אין דעם גרויסן צדיק, און ווי שטארק מען דארף זיך קלאמערן ווייטער צו גיין אין די דרכים פונעם צדיק און עוסק זיין בדברי תורתו אשר הנחיל לדורות, דערביי האט דער רבי שליט"א ארויסגעברענגט שיינע שטריכן פון אביו הגדול ענינים נשגבים פון זיין גדלות והתמדת התורה, אהבת ישראל, עבודת התפילה, מידת החסד און נאך.
ביים סעודת הילולא האט די רבי געמאכט אויך א סיום אויף משניות לעילוי נשמתו הטהורה, און צום שלוס האט מען געהערט דברי זכרון פון הגאון רבי חיים אהרן אונגאר דומ"ץ ביהמ"ד לב אהרן דקהל ייטב לב דסאטמאר אין וויליאמסבורג וואס האט מעלה געווען זכרונו הבהיר פונעם גרויסן בעל ההילולא.
זכותו הגדול יגן עלינו ועל כל ישראל!