דעם דאנערשטאג נאכמיטאג איז כ"ק האדמו"ר ממונקאטש שליט"א ארויסגעפארן קיין מאנסי וואו דער רבי האט אפגעשטאט א באזוך ביי כ"ק האדמו"ר מגור שליט"א אין די אכסניא בבית הנגיד ר' מאיר פריי הי"ו. די אדמור"ים האבן דורש געוועהן בשלום איש את רעהו און געטרינקען לחיים. נאכן באזוך האט כ"ק האדמו"ר מגור שליט"א ארויסבאגלייט דעם רבי'ן מיט גרויס כבוד און הערצה.