הויפט בלאט באריכט עהרנפולע אויפאנמע פאר הגאון רבי יצחק יוסף שליט"א – ראשון לציון אין שיכון סקווירא; שיינעם באזוך ביי האד' מסקווירא

עהרנפולע אויפאנמע פאר הגאון רבי יצחק יוסף שליט"א – ראשון לציון אין שיכון סקווירא; שיינעם באזוך ביי האד' מסקווירא

געשריבן דורך admin

דאנערשטאג פ' שלח • כ"ג סיון תשפ"ה | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: JDN


תושבי שיכון סקווירא האבן די וואך אויפגענומען בכבוד הראוי דער ראשון לציון הגאון הגדול רבי יצחק יוסף שליט"א וואס איז צוגאסט די טעג אין ניו יארק זייענדיג געשטראנדעט צוליב די שווערע מלחמה צושטאנד וואס הערשט מאמענטאל אין ארצינו הקדושה.

ביים אנקומען אין שטעטל איז דער ראשון לציון צום ערשט צוגעפארן צום בנין מרכז הכוללים אין שיכון סקווירא, ווי ער האט איבערגעגעבן א טיפזיניגער שיעור בפלפולי דאורייתא וחדוותא דשמעתא פאר די הונדערטער לומדים. דערנאך איז ער אריבער אויף א באזוך אינעם בנין ביהמ"ד הגדול והחדש אין שיכון סקווירא, ווי העסקן הרב שלום בער פישל הי"ו האט איהם ארומגעוויזן אינעם נייעם ביהמ"ד.

פון דארט איז דער גאסט אנגעקומען אויף א באזוך ביי כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א וואס האט מקבל פנים געווען דעם אורח הדגול ביותרת הכבוד, און עס איז פארמירט געווארן א שיינעם שמועס אויף לשון הקודש איבער פארשידענע ענינים, דאראונטער די שווערע גזירת הגיוס וואס הויערט אויף אחינו בני ישראל בארץ הקודש, און די געוואלדיגע ביטול תורה וואס די גזרה האט צוגעברענגט.

די רבי האט מכבד געווען דעם גאסט מיט פירות, און דערנאך ארויסבאגלייט בכבוד הראוי, ונפרדו לשלום ברוב ברכות.

Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image

שרייבט א קאמענט

-
00:00
00:00
Update Required Flash plugin
-
00:00
00:00