דאנערשטאג פ' שלח • כ"ג סיון תשפ"ה | בחצרות הקודש
בילדער קרעדיט: שוקי לרר, JDN
א זעלטן געהויבענע שמחה איז געפראוועט געווארן בעוד היום גדול אינעם עיר התורה והחסידות בני ברק, ביים שמחת החתונה פונעם חתן בן זקונים פון כ"ק אדמו"ר מלויצק שליט"א איידעם פון כ"ק אדמו"ר מאלכסנדר שליט"א, מיט די חתן זון פון הגה"צ רבי שלמה זלמן שניאורסון ר"מ בישיבת טשעבין זון פון הגה"צ ראש ישיבת טשעבין שליט"א און איידעם ביי הגה"צ אב"ד סערדאהעלי בית שמש.
ווי ברייט באריכטעט האט די חתונה געזאלט פארקומען אין א גרויסן זאל אין כפר חב"ד, און צוליב די מלחמה אומשטענדן איז אויסגעקליבן געווארן ביהמ"ד הגדול מחנובקא בעלזא אין בני ברק זייענדיג א סטראטעגיש ארט, מיט איר אונטערערדיגע היכל וואס איז באשיצט קעגן באמבעס, די חתונה איז אין אן אויסנאמליכע פאל געפראוועט אינמיטן טאג בעוד היום גדול, כדי צו קענען פארענדיגן די חתונה פרוה אין איינקלאנג מיט די רעגולאציע'ס.
טראץ די שווערע אומשטענדן איז די חתונה געפראוועט געווארן במעמד קהל רב, הונדערטער חסידים ומעריצים אויפן אייגנארטיגן קארלינער שטייגער, ווי עס האבן מהנה געוועהן אן ארקעסטרא פון קרוב צו צעהן נאטירלטע כלי זמר מטובי המזמרים, היטיבו נגן בתרועה, בנבל וכינור יזמרו לו, ווי מען האט זיך פאר לענגערע שעהן משמח געוועהן בשמחת בית צדיקים מיטן אמאליגן חסידישן טעם.
צום באשטימטן צייט זענען די אדמורי"ם שליט"א ערשינען צום מעמד קבלת פנים, מען האט געזינגען ניגוני התעוררות ברוב רגש, ווען בראש המסובים האבן באשיינט די מחותנים און זיידעס האדמורי"ם והרבנים שליט"א, און די פעטער כ"ק אדמו"ר מקארלין סטאלין שליט"א וועלכע האט זיך נארוואס צוריקגעקערט פון א לאנגע רייזע דורך די אראבישע לענדער, כדי צו קענען אנטייל נעמען אין די שמחה, און האט מיגעהאלטן די גאנצע שמחה מבואו ועד צאתו ביז נאכן מצווה טאנץ, אויך האט באשיינט די גרויסע פעטער הגאון הגדול רבי מאיר צבי בערגמאן שליט"א ראש ישיבת הרשב"י.
ביים מעמד החופה איז מכובד געווארן מיט סידור קידושין די זיידע פון חתן כ"ק אדמו"ר מאלכסנדר שליט"א קריאת הכתובה די פעטער פון חתן הרה"צ רבי יחיאל דאנציגער מאלכסנדר, די ברכות זענען צוטיילט געווארן צווישן די זיידע הגה"צ ראש ישיבת טשעבין, כ"ק אדמו"ר מסלאנים שליט"א, די פעטער'ס כ"ק אדמו"ר מקארלין סטאלין שליט"א, כ"ק אדמו"ר מספינקא סאסרעגן שליט"א, הרה"צ רבי בעריש שניאורסון, און ברכה אחריתא די זיידע הגה"צ אב"ד סערדאהעלי בית שמש, דערביי האט מען זיך ארויסגעלאזט אין א מחול לצדיקים וואס האט אנגעהאלטן א לענגערע וויילע.
נאכן חופה האט דער גאנצער ציבור מיסב געווען צום סעודת החתונה וואס איז געווען צוגעשטעלט כיד המלך, די זיידע כ"ק אדמו"ר מאלכסנדר שליט"א איז אנגעקומען אויף תפילת מנחה אין אלכסנדר ביהמ"ד אין בני ברק, וואו דער ציבור חסידי אלכסנדר האבן זיך דארט געוואשן צום סעודת החתונה און זענען דורך וואונטשן מזל טוב.
אום פינעף אזייגער נאכמיטאג האט מען – לקול תרועת הזמר – מקבל געווען את פני הקודש פון די געהויבענע זיידעס און מחותנים האדמורי"ם והרבנים שליט"א ביים ערשיינען צום סעודת החתונה, דאן איז די גאנצע ציבור אריבער וואונטשן לחיים פאר די געהויבענע זיידעס און מחותנים.
די ריקודין האבן פארגעזעצט ביתר שאת ועוז, ווי די גאנצער ציבור האט זיך מיטגעפריידט מיט די שמחה ווי אן אייגענע שמחה, און זיך געהויבן העכער און העכער בשמחה וחדוה. בפרט ווען די געהויבענע מחותן אבי החתן די רבי שליט"א איז אראפ אינעם צענטער פונעם זאל און זיך מיטגעפרייט אינאיינעם מיט עדת צאן מרעיתו, א באזונדערע רינג איז די רבי געטאנצן מיט די ענגע צאל געסט וואס האבן עספיעט צו קומען צופארן מריחוק מקום איידער די מלחמה אויסברוך, לשוש ולשמוח בשמחת רבם ומאורם אין די געהויבענע מאמענט, ווען די רבי שליט"א זעלבסט טוט אינטערפירן דעם בן זקונים אונטער די חופה, וישמחו כל חוסי בך לעולם ירננו, אויך איז די פעטער האדמו"ר מקארלין סטאלין געטאנצן צווישן די רינגען מיט די בני המשפחה כאחד האדם.
במשך די שמחה האבן זיך באטייליגט פילע אדמורי"ם ורבנים וקרובי המשפחה, צווישן זיי די בעל אכסניא כ"ק אדמו"ר ממאחנובקא בעלזא שליט"א, האדמורי"ם מסטריקוב, זוועהיל, באטאשאן, סאדיגורא ירושלים, לייפניק, און נאך.
א בהלה איז אנטשטאנען בשעת די סעודת החתונה ווען א קליין קינד איז אראפגעפאלן פון די פארענטשעס און איז אריינגעפירט געווארן אין אין שפיטאל מיט אן אינערליכע בלוטונג אין מח, בחסדי שמים האט מען שפעטער געהערט גוטע בשורות איבער א פארבעסערונג אין די מצב אדאנק תפילות ישראל.
נאכן בענטשן און שבע ברכות האט מען געדאוונט מנחה, און נאך מנחה ארום זיבן אזייגער האט מען צוגעטרעטן צום מצוה טאנץ כנהוג מקדמת דנא. ווי איינגעפירט בבית קארלין און לויצק האט מען נישט געגראמט, נאר געזינגען א ווארעמע זמר פאר יעדע ריקוד, צום ערשט זענען געטאנצן די זיידע כ"ק אדמו"ר מאלכסנדר און די פעטער כ"ק אדמו"ר מקארלין סטאלין שליט"א, דערנאך זענען געטאנצן די זיידעס הגה"צ ראש ישיבת טשעבין שליט"א און הגה"צ אב"ד סערדעהלי בית שמש שליט"א, און צום הויכפונקט האט מען זיך צוגעגרייט צום געהויבענעם מצוה טאנץ פונעם אבי החתן די לויצקער רבי שליט"א
פאר לענגערע מינוטן האט מען געזינגען דעם זמר המקובל, אין די צייט וואס די גאנצע זאל איז פארוואנדלט געווארן אין איין שטיק התעוררות והתרוממות הנפש, דערנאך האט דער רבי אנגעכאפט דעם גארטל און געטאנצן די ריקודין לפני הכלה. דערנאך א טאנץ מיטן חתן און די מחותנים, שפעטער זענען געטאנצן די אבי הכלה און די חתן לפני הכלה, און עס איז געווען ניין אזייגער אווענט ביים זמן רבינו תם ווען די שמחה האט זיך געשלאסן ברוב שמחה והתעלות פראווענדיג אזא געהויבענע שמחה אין א זעלעכע שווערע זמנים.