הויפט בלאט באריכט הונדערטער תלמידים וחסידים ביי שמחת נישואין בבית כ"ק אדמו"ר מצאנז זוועהיל שליט"א

הונדערטער תלמידים וחסידים ביי שמחת נישואין בבית כ"ק אדמו"ר מצאנז זוועהיל שליט"א

געשריבן דורך admin

מיטוואך פ' שלח • כ"ב סיון תשפ"ה | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: אחים לאנטשעווסקי, JDN


תלמידי וחסידי צאנז זוועהיל האבן זיך מיטגעפרייט מיט געהויבענע געפילן בשמחת רבם ומאורם כ"ק אדמו"ר מצאנז זוועהיל שליט"א וועלכע האט געפירט אונטער די חופה בתו הכלה תחי', מיט החתן תלמידו היקר הרב יעקב שליסל שליט"א ממצויני תלמידי ישיבת אהל שלמה – צאנז זוועהיל, אור אייניקל פון הגה"צ גאב"ד לינז זצ"ל.

די שמחה האט אויסגערופן א באזונדערע התרגשות ווען דער חתן האט זוכה געווען צו זיין דער הויז-בחור וליצוק מים על ידו ביים רבי'ן שליט"א און משמש זיין מיט א מורא'דיגע געטריישאפט, זייענדיג ממצויני תלמידי הישיבה.

ביים חופה איז נתכבד געווארן מיט סידור קידושין די דאפלטע פעטער משני הצדדים כ"ק אדמו"ר מצאנז קלויזנבורג שליט"א, מיט קריאת הכתובה הגה"צ אב"ד לינז שליט"א, ברכות ראשונות די זיידע הרה"ג ר' אברהם יצחק אייזענבערגער שליט"א, און ברכה אחריתא הגה"צ אב"ד האליין שליט"א.

א מחזה הוד האט זיך אנגעזעהן בשעת די ריקודין ביים חתונה ווען די רבי איז ארויס אין פייערדיגע ריקודין מיט די חסידים, און באזונדער מיט די תלמידי הישיבות וואו די רבי האט געטאנצן אויף די ניגון 'תורת ה' תמימה' וינועו אמות הסיפים, פארן בענטשן האט די רבי אפגעראכטן א פירות טיש, ביי וועלכן די רבי האט אויפגענומען בהדרת כבוד דעם גרויסן שוואגער כ"ק אדמו"ר מצאנז קלויזנבורג שליט"א.

מיטן בענטשן האט די רבי מכבד געווען זיין שוואגער הרבני הנגיד ר' עזריאל טויבער הי"ו פון ארץ ישראל, און די שבע ברכות איז צוטיילט געווארן צווישן די אנדערע קרובי המשפחה. נאכן בענטשן האט מען צום ערשט אויסגערופן די פעטער כ"ק אדמו"ר מצאנז קלויזנבורג וועלכע האט געטאנצן לקראת הכלה, און דערנאך מיטן חתן, און עקסטער א דערהויבענעם מחול לצדיקים מיטן שוואגער די צאנז זוועהילער רבי שליט"א. דערנאך האט מען אויסגערופן די אנדערע זיידעס און דער מחותן אבי החתן.

די קלימאקס פון די שמחה איז געווען וועט מען האט אויסגערופן דעם רבי'ן דער אבי הכלה צו מצוה טאנץ, די רבי האט אנגעפאנגען דעם ניגון עד הנה עזרונו רחמיך און געטאנצן למעלה מכוחותיו, בשעת דער ציבור הייבט זיך אין די לופטן אויף די פארענטשעס. עס איז שוין געווען נאנט צום עלות השחר ווען די הונדערטער חסידים האבן זיך פארשפרייט אנגעפולט מיט השפעות טובות, ווען די גרויסע שמחה ביים רבי'ן וועט בלייבן איינגעקריצט אויף שטענדיג.

Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image

שרייבט א קאמענט

-
00:00
00:00
Update Required Flash plugin
-
00:00
00:00