דינסטאג פ' שלח • כ"א סיון תשפ"ה | בחצרות הקודש
בילדער קרעדיט: אייזיק י, JDN
היינט נאכמיטאג איז כ"ק אדמו"ר מגור שליט"א אנגעקומען קיין קרית יואל וואו דער רבי האט באשיינט די שמחת השבע ברכות בחצר הקודש סאטמאר, שטייענדיג אין די שבעת ימי המשתה פון די חתונה אינעם רבינס הויף.
די שבע ברכות איז אפגעראכטן געווארן דורך כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א אויף א פריוואטער פארנעם בביתו נאווה קודש, מיוחד פאר די עסקנים פון די ועד המקוואות דקהל יטב לב.
דער רבי שליט"א האט אויפגענומען דעם גרויסן גאסט כ"ק אדמו"ר מגור שליט"א מיט גרויס כבוד און הערצה, נאכן מכבד זיין מיט לחיים האט דער רבי דורש געוועהן בשלומו הטוב פונעם גערער רבי'ן, מען האט ארומגעשמועסט איבער די שרעקליכע מצב המלחמה אין ארץ ישראל,און די ווייטאג פון אחינו בני ישראל אין ארה"ק וואס לעבן אין די יעצטיגע טעג אונטער אומגעהויערע שרעק און אנגסט. דער סאטמארער רבי האט זיך אויך אינטערסירט ביים גערער רבי'ן וויאזוי ער פלאנט אהיימצופארן אין די אומשטענדן.
דער בארימטער חזן ר' ישראל אדלער הי"ו מחשובי חסידי גור אין ארץ ישראל האט מהנה געוועהן מיט פרקי חזנות און גראמען לכבוד שמחת חתן, און דערנאך האט מען זיך אויפגעשטעלט אויף א רקידה אויף א גערער טאנץ ניגון.
דערנאך האט האדמו"ר מסאטמאר ארויסבאגלייט דעם רבי'ן ביז צו דער גאס און די רבי'ס האבן זיך געזעגענט איש את רעהו מיט ווארימע ברכות.